שוין אַ היפּש ביסל יאָרן באַמערק איך ווי אומגעלומפּערט עס זענען אָפֿט די ייִדישע מעלדונגען פֿאַרשפּרייט דורך דער ניו־יאָרקער שטאַטישער רעגירונג לטובֿת די חסידים (די רעקלאַמעס פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק זענען געוויינטלעך אַ סך בעסער). דאָ רעד איך ניט וועגן די גראַמאַטישע און לעקסישע אונטערשיידן צווישן כּלל־ייִדיש און דעם „היימישן אידיש‟ פֿון די חסידים, נאָר וועגן אומדערטרעגלעכע שפּראַך־פֿעלערן.
אַז מע לייענט געוויסע פֿאַרגרײַזטע טעקסטן, למשל, באַמערקט מען גלײַך, אַז אין די בעסטע פֿון זיי האָט דער איבערזעצער סײַ ניט פֿאַרשטאַנען דעם ענגלישן מקור, סײַ ניט געוווּסט ווי אַזוי זיך געהעריק אויסצודריקן אויף ייִדיש. אין די ערגסטע פֿאַלן אַזעלכע, איז אָבער קלאָר אַז מע האָט פּשוט זיך געוואָנדן צו „ר׳ גוגל‟ און פֿאַרשפּרייט אַ מישמאַש פֿון ווערטער, וואָס איז קוים פֿאַרשטענדלעך.
די טעמע איז מיר נאָענט צום האַרצן. איך האָב ניט בלויז עטלעכע יאָר אויסגעפֿאָרשט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש, נאָר איך בין אויך אַן אויסגעשולטער איבערזעצער פֿון שפּאַניש, וואָס האָט פֿיר יאָר שטודירט די מלאָכה. (ניט געקוקט אויף דער אַלגעמיינער מיינונג בײַם ברייטן עולם אַמעריקאַנער, דאַרף מען אַבסאָלוט יאָ טרענירט ווערן כּדי איבערצוזעצן טעקסטן, פּונקט ווי מע דאַרף שטודירן אָדער זיך טרענירן כּדי צו ווערן אַ דאָקטער, אַדוואָקאַט, אינזשעניר אָדער אינסטאַלאַטאָר).
ניט געקוקט אויף מײַנע קוואַליפֿיקאַציעס, וואָלט איך זיך ניט דערוועגט צו שאַפֿן אַן איבערזעצונג פֿאַרן חסידישן עולם אָן זיך צו האַלטן אַן עצה וועגן געוויסע שפּראַכלעכע פּיטשעווקעס בײַ עמעצן וואָס קען גוט דאָס חסידישע לשון פֿון דער היים. דאָס איז פֿאָרט אַ וויכטיקער טייל פֿון דער מלאָכה: מע דאַרף וויסן פּונקט וואָס מע ווייסט ניט, כּדי צו קענען שאַפֿן אַן איבערזעצונג וואָס איז פֿאַרשטענדלעך.
דערפֿאַר פֿיל איך זיך אַ מאָל ממש באַליידיקט, ווען איך זע ווי מע פֿאַרשפּרייט מעלדונגען אויף ייִדיש, איבערגעזעצט אויף אַן עם־הארצישן אופֿן. ווידער אַ מאָל, רעד איך ניט וועגן דעם צי מע שרײַבט „מאָרגעדזש‟ אַנשטאָט היפּאָטעק אָדער „לײַברערי‟ צי „פֿלאָר‟ אַנשטאָט ביבליאָטעק צי דיל/פּאָדלאָגע, נאָר וועגן אמתע שפּראַך־פֿעלערן, וואָס דערפֿירן צו דעם, אַז אַפֿילו מענטשן וואָס קענען פֿליסיק ביידע שפּראַכן וואָלטן ניט פֿאַרשטאַנען אין וואָס עס גייט.
ס׳איז אַ שאָד ווײַל עס זענען דאָ אַ צאָל געראָטענע, פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצער אויף דער חסידישער גאַס. פֿאַר וואָס ווענדט מען זיך ניט צו זיי? מע וואָלט זיי געדאַרפֿט אָנשטעלן. אַנשטאָט דעם שטעלן געוויסע איבערזעצונג־אַגענטורן אָן ממש שאַרלאַטאַנען, וואָס מאָנען ווייניקער געלט ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַכמאַן. דערבײַ שטעלט מען אָן די איבערזעצער בלויז אויף איין מעלדונג, און ניט ווי קיין שטענדיקער אַרבעטער.
ווען די ידיעה איז בלויז וועגן דעם אַז מע ברוקירט אַ געוויסע גאַס אָדער וועגן אַ פּראָגראַם גיכער צוריקצוצאָלן די הלוואָות, איז ניט געפֿערלעך. אָבער אַז עס גייט די רייד וועגן אַ געזונט־קריזיס, איז עס ממש אַ סקאַנדאַל.
לעצטנס האָט ניט מער און ניט ווייניקער ווי עליזאַבעט כּהן, די הויפּט־רעפּאָרטערין פֿאַר געזונט־ענינים אויף CNN אַרויסגעלאָזט אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן דעם אופֿן ווי דער שטאַט ניו־יאָרק האָט איבערגעזעצט וויכטיקע מעלדונגען וועגן דעם איצטיקן מאָזלען־אויסבראָך. כּהן האָט טאַקע גוט געפֿאָרשט דעם ענין. זי האָט אינטערוויויִרט די לינגוויסטן ד׳׳ר אײַזיק בלימאַן, חיה נאָווע און ד׳׳ר נחמיה בלאָך, וואָס זענען אָנערקענטע פֿאָרשער פֿונעם חסידישן ייִדיש. אַלע האָבן באַשטעטיקט, אַז אַ פֿליבלעטל, וואָס מע האָט אויפֿגעהאָנגען אויף די טירן פֿון צענדליקער טויזנטער הײַזער און וואָס די רעגירונג האָט באַצאָלט מער ווי 20,000$ זיי אָפּצודרוקן און פֿאַרשפּרייטן, איז געווען קוים פֿאַרשטענדלעך. אָט איז אַן אויסצוג פֿונעם טעקסט:
„מיזעלס פֿאַרשפּרייט זיך אין אונדזער לאַנד. עס קען זײַן געפֿערלעך צו ווער עס איז ניט וואַקסינירט. באַשיצט זיך און דײַן משפּחה. רעד מיט דײַן געזונט זאָרגן שפּײַזער. פֿראַגן וועגן מיזעלס אָדער פֿון דער וואַקצין. אײַנרוף…‟
אויך פּראָבלעמאַטיש איז געווען די רשימה סימפּטאָמען אויף דער צווייטער זײַט. פֿאַר rash האָט מען גענוצט דאָס וואָרט „אויסשיט‟. כאָטש די איבערזעצונג איז יאָ אַ לײַטישע, איז עס ניט צוגעפּאַסט צום חסידישן עולם — בײַ זיי נוצט מען אויסשליסלעך דאָס וואָרט „אויסשלאָג‟. דאָס „לאָקאַליזירן‟ אַן איבערזעצונג איז אויך אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אַרבעט. קיין איבערזעצער פֿון שפּאַניש אויף אַמעריקאַנער ענגליש וואָלט ניט געשריבן אַז: The bin lorry crashed into the boot of a car, ווי מע זאָגט אין ענגלאַנד, נאָר The garbage truck crashed into the trunk of a car (אויף ייִדיש: דער מיסטאויטאָ האָט זיך אַרײַנגעשטויסן אינעם באַגאַזשניק פֿון אַן אויטאָ). אַזעלכע פּרטים דאַרף אַ פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצער אַליין פֿאַרשטיין.
נאָך ערגער: צוויי סימפּטאָמען פֿון מאָזלען וואָס ווערן אויסגערעכנט אין דער מעלדונג זענען „רויטע טרויערדיקע אויגן‟ (דאָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן: „עס רינט פֿון די אויגן‟) און „שנופֿן‟ (וואָס דאַרף זײַן „עס רינט פֿון דער נאָז‟).
כאָטש די דאָזיקע בײַשפּילן זענען לעכערלעך, איז די פּראָבלעם אַן ערנסטע. יעדעס יאָר שטאַרבן מענטשן אין די אַמעריקאַנער שפּיטאָלן צוליב איבערזעצונג־פֿעלערן. ווערטער וואָס קלינגען ענלעך אויף שפּאַניש און ענגליש אָבער האָבן גאָר אַנדערע באַטײַטן דערפֿירן צו דעם, אַז דאָקטוירים דערקענען ניט, אַז זייערע פּאַנציענטן זענען געפֿערלעך קראַנק.
צוליב די דאָזיקע מעלדונגען אויף ייִדיש וועט אַזאַ טראַגעדיע מסתּמא ניט פֿאָרקומען. דער רעזולטאַט קען אָבער זײַן, אַז די וואָס גלייבן שוין ניט וואָס די רעגירונג זאָגט וועגן די מאָזלען, וועלן זי שוין מער ניט געטרויען פֿאַר אינפֿאָרמאַציע בכלל.
לאָמיר האָפֿן, אַז אַ דאַנק דעם אַרטיקל פֿון CNN וועט די ניו־יאָרקער שטאַט־רעגירונג זיך אָנטאָן אַ כּוח צו געפֿינען געראָטענע ייִדישע איבערזעצער פֿאַר אַזוינע וויכטיקע מעלדונגען פֿאַר די חסידישע קרײַזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.