(דער ערשטער פֿון צוויי קאַפּיטלען)
דאָס איז נישט באמת אַ פּסחדיקע מעשׂה אָבער זי הייבט זיך אָן פֿאַר פּסח מיטן ראַמען. מיר געפֿעלט טאַקע דאָס ראַמען ווײַל אַפֿילו איידער כ’טו איין וויש אָדער איין קער מיטן בעזעם זע איר שוין אין דער פֿאַנטאַזיע ווי שיין דאָס הויז וועט אויסזען ווען אַלץ ליגט שוין סוף-כּל-סוף אויפֿן ריכטיקן אָרט: דאָס געמיט ווערט מיר לײַכטער און איך אַליין פֿיל זיך טאַקע ווי כ’וואָלט געהאַט פֿאַרלוירן צען פֿונט. אָבער נאָר פֿון שטיין און חלומען פֿון אַ ריין הויז קומט גאָרנישט אַרויס.
ווען אַ קריגער גרייט זיך צו דער שלאַכט מוז ער זײַן פּאַסיק געפּאַנצערט, און איך אויך. כ’האָב זיך אָנגעטאָן אַ פֿאַטשיילע אויפֿן קאָפּ זיך צו היטן פֿון שפּינען אין קעלער, אַ לאַנגן פֿאַרטעך און גרויסע גומענע הענטשקעס — נישט, חלילה, ווײַל כ’האָב מורא אײַנצוטינקען די הענט אין קאַלט וואַסער, אָבער מיט אַ טאָג פֿריִער האָב איך זיך געלאָזט מאַכן אַ מאַניקור און ס’וואָלט געווען אַ שאָד אים קאַליע צו מאַכן. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
נו, מיט אַן אַלטמאָדישן וואַשבעזעם און אַ נײַעם קיבל בין איך געווען גרייט צו פֿירן מלחמה מיט וואָסער שמוץ ס’וועט מיך אונטערקומען. איך דערמאָן אַפֿילו נישט חמץ, ווײַל בײַ מיר ברענגט קיינער נישט אַרײַן קיין חמץ אין קעלער.
טײַערע לייענערס, איר מיינט מסתּמא אַז איך וועל אײַך אָפּגעבן אַ פּרטימדיקן באַריכט פֿון אַלץ וואָס איך האָב געוואַשן אָדער געפּוצט בײַ מיר אין קעלער.
וועט איר זיך אָדער פֿרייען אָדער זײַן שאָקירט ווען איך זאָג אײַך, אַז איך האָב עס כּמעט אַלץ איבערגעלאָזט צו אַ דינסט. ווי קומט עס, וועט איר פֿרעגן, וועל איך אײַך זאָגן. כ’האָב אַנגעהויבן מאַכן אַ טאָלק פֿון די צענדליקער ליידיקע קאַרטאָנען, וואָס זענען בײַ מיר געווען פֿאַרוואָרפֿן אין קעלער אויף עטלעכע ברייטע פּאָליצעס.
דאָס איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: איך זאַמל קאַרטאָנען. נישט זייער גרויסע, נאָר קליינע און מיטלמאָסיקע, ווײַל ווען איך וויל וועמען וואָס שיקן וויל איך נישט אָנהייבן זוכן אין וואָס דאָס אײַנצופּאַקן. סאַראַ פֿאַרגעניגן ווען איך גיי אָראָפּ אין קעלער און קען איינס און צוויי געפֿינען וואָס איך דאַרף. אָבער איר וואָלט געווען גערעכט ווען איר טראַכט אַז בײַ מיר אין קעלער מוז זײַן זייער אָנגעוואָרפֿן מיט קעסטלעך און קאַרטאָנען. דערפֿאַר איז בײַ מיר געוואָרן אַ שטרענגער מינהג, אַז איין מאָל אין יאָר מוז איך דאָרטן, פֿונעם גאַנצן איבערקערעניש, מאַכן אַ טאָלק, און די צײַט פֿאַר דעם איז פֿאַר פּסח!
אָנגעפּענצערט צום ראַמען האָב איך זיך גענומען צו דער אַרבעט. און געראַמט האָב איך אָן רחמונות — אַוועקגעוואָרפֿן זייער שיינע קאַרטאָנען און קעסטעלעך, ביז כ’האָב דערזען, אַז גאָר אויבן שטייען עטלעכע — נײַן אויב מע וויל זײַן פּינקטלעך — קאַרטאָנען. ווען כ’האָב זיי געפּרוּווט אַראָפּנעמען פֿון דער הויכער פּאָליצע האָב איך געמיינט אַז זיי האָבן אין זיך שטיינער. אַהאַ! האָב איך געטראַכט — אויב נישט שטיינער מוזן די קאַרטאָנען האָבן אין זיך ביכער! יאָ, אַוודאי! מײַנע נישט־פֿאַרקויפֿטע ביכער: אָריגינעלע ייִדישע קינדערלידער. נײַן קעסטלעך — און יעדעס קעסטל האַלט צוואָנציק ביכער. הונדערט אַכציק ביכער האָב איך אַנטדעקט. אַן אוצר! האָב איך זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ קישן אויף דער פּאָדלאָגע און גענומען טראַכטן: וואָס טו איך מיט די אַלע ביכער? ס’איז אין גאַנצן אָן אַ זין אַז די ביכער זאָלן נאָך עטלעכע יאָר ליגן דאָ בײַ מיר אין קעלער.
פֿאַרקויפֿן קען איך זיי נישט. איך בין נישט קיין פֿאַרקויפֿערין! דאָס איז נישט מײַן פּערזענלעכקייט. המממם… בין איך דאָרט געזעסן אויף דער צעמענטענער פּאָדלאָגע ביז ס’איז מיר קאַלט געוואָרן, אָבער ווען כ’האָב זיך אויפֿגעהויבן האָב איך שוין געהאַט אַ פּלאַן: כ’וועל די ביכער אַוועקגעבן צו ייִדיש־רעדנדיקע קינדער גרופּעס. יעדעס קינד וואָס האָט אַ מאָל באַקומען איינס פֿון מײַנע ביכער האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט און באַלד אָנגעהויבן אַרומטאַנצן — צי זיי האָבן ייִדיש פֿאַרשטאַנען אָדער נישט.
די פֿראַגע איז איצט געווען: וווּ געפֿינט מען די ייִדיש-רעדנדיקע קינדער גרופּעס וווּ די עלטערן פֿון די קינדער ווילן פֿאַרשטאַרקן דעם ייִדישן גלויבן פֿון זייערע קינדער? מסתּמא נאָר בײַ חסידים. דאָ וווּ איך וווין געפֿינען זיך דרײַ חסידישע חדרים. אַזוי ווי די דרײַ בערן אינעם קינדער-מעשׂהלע מערעלע-גאָלדהערעלע, להבֿדיל, איז איין גרופּע געווען זייער אַ קליינע; די צווייטע — אַ מיטלמאָסיקע און די דריטע — אַ גרויסע. דער קליינער חדר איז געווען נאָר פֿאַר קינדער פֿון די משפּחות פֿון חסידות אלכּסנדר, אַ גאָר קליינע גרופּע וואָס איך קען נישט אַזוי גוט, האָב איך געקלערט אַז ס׳איז בעסער, איך זאָל זיי נישט שיקן קיין ביכער.
צום מיטלמאָסיקן חדרס רבין האָב איך געשיקט נאָר אַ „צע-דע‟ מיט דער מוזיק. מיט אַ וואָך שפּעטער האָב איך באַקומען דעם ענטפֿער אַז די מוזיק איז נישט פֿאַר זייערע קינדער — צו לעבעדיק! דאָס האָט מיך פֿאַרחידושט. קינדער געפֿעלט דאָך לעבעדיקע מוזיק! װאָס ווילן זיי? טרויעריקע מוזיק? עטלעכע טעג בין איך געווען אַ ביסל דערשלאָגן. דערנאָך האָב איך זיך געמונטערט און באַשלאָסן צו קלינגען מײַנער אַ פֿרײַנדינע, אַ ליובאַוויטשער רביצין, און דאָס מאָל געטראָפֿן אין פּינטל! ”יאָ“ האָט זי געזאָגט, ”איך געדענק דײַן בוך. זייער שיין. איך האָב עס געגעבן איינעם פֿון מײַנע אייניקלעך, זאָל געזונט זײַן, אַ מתּנה פֿאַר געפֿינען דעם אַפֿיקומן.“
כ׳האָב געקענט ממש הערן דעם שמייכל אין איר קול, און איך האָב זיך געפֿילט ווי די זון איז אַרויסגעקומען און שײַנט אויף מיר נאָך אַ טונקעלער כמאַרנער װאָך. ”אויב אַזוי, אפֿשר וועט איר זײַן אַזוי גוט און מיר געבן אַ רשימה פֿון אַלע שלוחים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן?“
”נישט אַזוי גיך, חנה-פֿײַגל. צו וואָס דאַרפֿסטו האָבן אַזאַ רשימה?“ האָט זי געפֿרעגט.
”ווען איך האָב געראַמט בײַ מיר אין קעלער האָב איך דערזען אַז איך האָב נאָך עטלעכע הונדערטע ביכער. וואָס טויגן די ביכער אַז זיי ליגן נאָך אײַנגעפּאַקט בײַ מיר אין קעלער? איך וויל אַז ייִדישע קינדער זאָלן זינגען די לידער.“
”גוט און פֿײַן, אָבער איידער דו נעמסט זיך אונטער אַזאַ פּראָיעקט דאַרפֿסטו עטלעכע זאַכן נעמען אין באַטראַכט און נישט מאַכן הוק-שטוק. ס׳ברענט נישט קיין פֿײַער. ערשטנס דאַרפֿסטו וויסן אַז יעדער חב״ד־הויז ווערט באַוואָרפֿן, מע קען אַפֿילו זאָגן פֿאַרפֿלייצט מיט אומגעבעטענע און אומגעוווּנטשענע זאַכן: אַלטע בריוו וואָס מע וויל מיר זאָלן זיי פֿרײַוויליק איבערזעצן, אַלטע זשורנאַלן וואָס מע מיינט וועלן אונדז פֿאַראינטערעסירן, אַלטע קליידער וואָס מע מיינט אַז אונדזערע מתפּללים נייטיקן זיך אין זיי.
„די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט עמעצער געלאָזט אַ גאַנצן קאַרטאָן מיט שנורעוואַדלעס בײַ אונדזער טיר. אַלערליי קאָלירן אַלטע און נײַע — מסתּמא אַ שוסטער וואָס האָט זיך געהאַלטן בײַם פּענסיאָנירן…“ איר קול איז יעדער מינוט העכער געוואָרן און איך האָב איר געמוזט איבערהאַקן, ווײַל כ’האָב מורא געהאַט אַז איר צערודערטקייט וועט העכערן דעם בלוטדרוק בײַ איר.
”אַנטשולדיקט,“ האָב איך געזאָגט. ”איך האַק אײַך איבער די רייד, זאָלט איר לעבן אין נחת און פֿרייד. הע, הע… איך פֿאַרשטיי וואָס איר זאָגט. טאָ וואָס זאָל איך טאָן?“
”דו דאַרפֿסט גאָרנישט טאָן. איך וועל אַרויסשיקן צו אַלע חב״ד־הײַזער אַ בליצבריוו וועגן דײַן טײַערן בוך און בעטן, אַז די וואָס ווילן עס באַקומען זאָלן מיר וואָס גיכער לאָזן וויסן… איידער קאָמפּיוטער־שטראָמען נעמט אַלץ איבער און ‘צע-דעס’ גייען אַרויס פֿון באַניץ. און נאָך אַ וויכטיקע פֿראַגע: ווער וועט באַצאָלן פּאָרטאָ די אַלע ביכער אַרויסצושיקן? ווייסט וויפֿל עס קאָסט עפּעס צו שיקן קיין רוסלאַנד?“
צום סוף האָבן מיר באַשלאָסן אַז כ׳וועל אַרויסשיקן ביכער בלויז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די אויסלענדער וואָס ווילן באַקומען ביכער וועלן מוזן געבן אַן אַמעריקאַנער אַדרעס און אַראַנזשירן אַז זייער אַמעריקאַנער קאָנטאַקט זאָל זיי שיקן דאָס בוך. און… און… איך וועל מוזן דאָס געלט שאַפֿן.
ס׳איז מיר אַזש נישט גוט געוואָרן טראַכטנדיק פֿון שאַפֿן געלט, אָבער אין איין טאָג, בלויז צוויי וואָכן פֿאַר פּסח, איז מײַן וווּנטש מקוים געוואָרן: קינדערלעך וועלן איצט קענען האַלטן מײַן בוך אין די הענט און מײַנע לידער וועלן אַרויס פֿון זייערע זיסע מײַלער. די רביצין איז געוואָרן אויפֿגעהײַטערט און איך אויך. ווען איך בין אַ שוין געקומען צו זיך האָב איך אויפֿגעעפֿנט דאָס שויסערל און געפֿרעגט בײַ ר׳ גוגל וויפֿל חב״ד־הײַזער זענען דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. כ׳האָב זיך ווידער דערשראָקן ווען כ׳האָב דערזען אַז די צאָל איז אין די טויזנטער. אוי, בין איך נאַיִוו ווי אַ נײַ־געבוירן לעמעלע! ווען מע הייבט אָן אַ נײַעם פּראָיעקט דאַרף מען האָבן אַ פּלאַן. מע דאַרף אויספֿאָרשן וואָס דער פּראָיעקט פֿאָדערט. מע דאַרף זיך האַלטן מיט וועמען עס איז אַן עצה. און דער עיקר, זיך נישט אײַלן! און איך? איך לויף נאָך יעדער פֿאַנטאַזיע וואָס פֿליט מיך אַרײַן אין קאָפּ! אין וואָס בין איך דאָ אַרײַנגעקראָכן?
נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אַליין גוט אָנגעזידלט האָב איך זיך טאַקע באַקלאָגט צו אַ פֿרײַנד וואָס געלט־שאַפֿן פֿאַר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איז טאַקע זײַן אַרבעט. ער ווייסט וואָס מע דאַרף טאָן. האָב איך אים אָנגעקלונגען, און כאָטש ער האָט מיך באַלד פֿון אָנהייב געזאָגט אַז ער איז זייער פֿאַרנומען און האָט נישט קיין צײַט, האָט ער מיך אויסגעהערט און דערנאָך מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז איך מוז אַליין קלינגען יעדן פֿרײַנד און יעדן באַקאַנטן פּערזענלעך, זיי קלאָר מסביר זײַן וואָס איך וויל אויפֿטאָן, פֿאַר וואָס עס איז אַ וויכטיקע זאַך צו שטיצן, און וואָס איך וויל פֿון זיי. אַ גאַנצן קורס אין געלט־שאַפֿן האָט ער מיר געגעבן!
איך האָב אים שטאַרק באַדאַנקט און געוווּסט אין האַרצן אַז איך קען דאָס בשום־אופֿן נישט טאָן. איך קען געבן וועמען עס זאָל נישט זײַן געלט פֿאַר אַ לוינעװדיקער סיבה… ערשט די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אויסגעשטעלט דרײַ ריזיקע טשעקן: איינעם צו דער אַמעריקאַנער ראַק ־סאָסײַעטי, דער צווייטער צו דער בלוטראַק סאָסײַעטי און דער דריטער צו דער מולטיסקלעראָז סאָסײַעטי. דער מאַן מײַנער, אונדז צו לאַנגע יאָר, איז נעבעך געשטאָרבן פֿון אַ מין בלוטראַק און מײַן בעסטע פֿרײַנדינעס שוועסטער האָט ביז איר פּטירה געליטן פֿון מולטיסקלעראָז. אָבער איך האָב קיין מאָל נישט געבעטן קיין געלט בײַ קיינעם. אַפֿילו ווען אַ שכנס אַ בוים איז געפֿאַלן איבערן פּלויט מײַנעם און אַ גראָבער צווײַג דערפֿון האָט צעבראָכן איינע פֿון מײַנע שויבן — האָב איך בײַ זיי גאָרנישט געמאָנט און אַליין באַצאָלט פֿאַרן פֿאַרריכטן.
און דאָ האָט זיך אין מיר אָנגעהויבן אַ געהיצט געראַנגל: איז ייִדיש נישט ווערט מע זאָל שטיצן זײַן צוקונפֿט? פֿאַר וואָס זאָל איך זיך שעמען צו בעטן געלט דערפֿאַר? איך בעט דאָך נישט קיין געלט פֿאַר זיך! דער אמת איז אַז איך האָב נישט קיין צײַט און נישט קיין חשק צו רעדן באַריכות צו צענדליקער מענטשן. איז צוליב פֿוילקייט זאָלן די אַלע וווּנדערלעכע ביכער גיין אין ניוועץ? „זינט ווען ביסטו געוואָרן אַזאַ שעמעוודיקע?‟ האָב איך זיך אַליין געפֿרעגט. און צום סוף האָב איך זיך געשעמט פֿאַר זיך אַליין צו זײַן אַזאַ צוציקל. אויב דו פּרוּווסט נישט איצט צו פֿאַרקויפֿן די ביכלעך וועלן זיי נאָך ליגן יאָרן לאַנג בײַ דיר אין קעלער! און איך האָב זיך אײַנגערעדט מוט!! נו וואָס קען זײַן דאָס ערגסטע? איז הערט/לייענט ווײַטער!
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.