די אַקטיאָרן אין „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟ האָבן די וואָך געשעפּט אַ סך נחת, ווען די פּאָפּולערע טעלעשפּיל Jeopardy האָט דערמאָנט זייער מיוזיקל אין אַן ענטפֿער צו איינער פֿון די פֿראַגעס. (אויף Jeopardy שטעלט מען צו דעם ענטפֿער און די שפּילער דאַרפֿן איבערגעבן די שײַכותדיקע פֿראַגע).
דער ענטפֿער איז געווען: „אין 2018 האָט מען אינסצענירט ׳פֿידלער אויפֿן דאַך׳ אין ניו־יאָרק אין דער שפּראַך, אין וועלכער שלום־עליכם האָט לכתּחילה אָנגעשריבן זײַנע דערציילונגען.‟ דער שפּילער דזשיימס האָלצהאַוער האָט געגעבן דעם ריכטיקן ענטפֿער: „וואָס איז ייִדיש?‟
צוליב צוויי סיבות, אַ פֿריילעכע און אַ טרויעריקע, האָבן אַ סך מער מענטשן געזען דעם עפּיזאָד ווי געוויינטלעך. קודם איז האָלצהאַוער, דער איצטיקער טשעמפּיאָן, איינער פֿון די בעסטע שפּילער אין דער געשיכטע פֿון דער פּראָגראַם און אַ סך מער מענטשן קוקן די פּראָגראַם איצט כּדי צו זען אויף ווי לאַנג ער וועט נאָך קענען ווײַטער געווינען (ביז אַהער: 26 עפּיזאָדן, פֿאַרדינענדיק דערבײַ כּמעט 2$ מיליאָן דאָלאַר).
דערצו, איז דער אָנפֿירער פֿון דער פּראָגראַם, אַלעקס טרעבעק — איינע פֿון די באַליבטסטע פּערזענלעכקייטן אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזע — ערנסט קראַנק אויף ראַק. כאָטש די דאָקטוירים האָבן אים איבערגעגעבן, אַז זײַן פּראָגנאָז איז ניט קיין גוטער, האָט ער באַשלאָסן ווײַטער אָנצוגיין מיט זײַן אַרבעט, וואָס ער פֿירט שוין דורך, אָן איבעררײַס, 35 יאָר. צוליב זײַן עפֿנטלעכן קאַמף קעגן זײַן ראַק און זײַן באַשלוס ווײַטער צו בלײַבן אויף דער טעלעוויזיע, קוקן אַ סך מער מענטשן די פּראָגראַם ווי געוויינטלעך.
געוויסע צוקוקער וועלן אפֿשר מיינען, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס ייִדיש פֿיגורירט אויף דער פּראָגראַם. פֿאַרקערט — במשך פֿון די יאָרן האָט מען שוין מער ווי 80 מאָל דערמאָנט מאַמע־לשון! אָט זענען אַן אויסקלײַב פֿון אַ ריי Jeopardy־מאָמענטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש:
ייִדיש האָט מען דערמאָנט צום ערשטן מאָל אין 1984, ווען מע האָט געפֿרעגט וואָס פֿאַר אַן עסן שטאַמט פֿונעם ייִדישן וואָרט פֿאַר רינג: (פֿראַגע: „וואָס איז אַ בייגל?‟).
ס׳רובֿ פֿון די ענטפֿערס במשך פֿון די יאָרן האָבן געהאַט צו טאָן מיט ייִדישע ווערטער ווי „זאַפֿטיק‟, „נאַש‟, „בלינץ‟, „משוגע‟, „דאַווען‟, „יענטע‟, „זײַ געזונט‟, „חוצפּה‟ און „שוויץ‟.
אַנדערע ענטפֿערס האָבן אָבער געוויזן אַן אמתע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדיש־וועלט. אין 1997, למשל, האָט מען געשטעלט דעם ענטפֿער: „די מחברטע און פֿאָרשערין ד׳׳ר רות ווײַס איז די ערשטע צו לערנען די ייִדישע ליטעראַטור אינעם דאָזיקן אוניווערסיטעט אין קאַמברידזש, מאַסאַטשוסעטס.‟ (פֿראַגע: „וואָס איז האַרוואַרד?‟).
אין 1995 האָט מען געשטעלט אַזאַ ענטפֿער: „אין 1908 האָט מען פּראָקלאַמירט די דאָזיקע שפּראַך פֿאַר אַ נאַציאָנאַלער שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק‟.
ייִדיש האָט אויך פֿיגורירט אין די ניט־ריכטיקע אָפּרופֿן פֿון די שפּילער. אין 1987 איז דער ענטפֿער געווען: „ישׂראלס אָפֿיציעלע שפּראַכן זענען העברעיִש און __‟, האָט איין שפּילער געזאָגט: „וואָס איז ייִדיש?‟ דער ריכטיקער ענטפֿער איז, אַוודאי, אַראַביש.
ווען מע האָט איין מאָל געפֿרעגט: „אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך האָט אלי וויזל שרײַבט זײַנע ביכער?‟, האָבן אַלע שפּילער ניט ריכטיק געטראָפֿן, זאָגנדיק: ייִדיש, העברעיִש און דײַטשיש. דער ריכטיקער תּשובֿה איז אָבער פֿראַנצייזיש. מע האָט אויך, דרך־אַגבֿ, איין מאָל דערמאָנט דעם פֿאַקט, אַז וויזל האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס בוך Night אויף ייִדיש מיטן טיטל „און די וועלט האָט געשוויגן‟.
אויב איר ווילט דורכקוקן אַלע מאָמענטן, ווען מע האָט דערמאָנט ייִדיש אין דער פּראָגראַם, קוועטשט דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.