שבועות איז אלעמאל געווען א באליבטער יום טוב פאר מיר. די הויז ווערט הערליך באצירט מיט שמעקעדיגע בלומען, אפילו ארום די טרעפ אינדרויסן האט מען באדעקט מיט גרינע בלעטער און פארביגע רויזן פון פלאסטיק. די ריח פון פריש געבאקענע קעז קוכן, דעלקעלעך (זיסע קעז־בולקעלעך) און אלע סארט דעליקאטעסן מאכט יעדן ווארטן מיט פרייד אויף דעם גרויסן טאג פון קבלת התורה.
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן יענעם יאר ווען מיין טייערע טאטע האט אונז קינדער דאס ערשטע מאל דערציילט וועגן די וואונדערליכע מעשה פונ׳ם סמבטיון. מיר זענען געזעסן געשפאנט מיט אפענע אויגן און אויערן ביז צו די גליקליכע ענדע ווען דער קליינער רויטער אידל האט מיט אותות ומופתים געברענגט א מפלה צום שונא ישראל וואס האט געוואלט אומברענגען די אידן.
יארן שפעטער, ווען איך בין געווען א לערערין, און די אנפירער פון זומער קעמפ האט מיר געבעטן געבן א „שיעור‟ צו די קינדער אין די דריי וואכן, ווען מ׳טרויערט אויפ׳ן חורבן בית המקדש, האב איך דערציילט די קינדער אן אינטערעסאנטע געשיכטע וואס איז מיר זייער נאנט געווען צום הארצן. עס איז געווען א דראמאטישע שילדערונג פון צוויי אידן וואס אנטפלעקן זייער שליחות צו העלפן צוגרייטן די וועלט פאר משיח׳ן. זיי האבן אויסגעקוקט ווילד פרעמד אבער זיי האבן געטראגן ציצית און געזאגט אז זיי זענען פון די פארלוירענע שבטים פון אנדערן זייט סמבטיון.
דער טרויעריגער סוף פון די מעשה איז געווען אז כאטש דער וואגשאל אין הימל איז געווען פונקט אייניג: די זכותים און קיטרוג האבן געוואויגן די זעלבע און כביכול האט גע׳פסקנ׳ט אז כלל ישראל קען שוין אויסגעלייזט ווערן פון ביטערן גלות, איז אבער געקומען די שלעכטע בשורה: נאכדעם וואס די צוויי אידעלעך זענען שוין געווען אין דער מיט פון די גרויסע הכנות, איז א איד ערגעץ וואו אין דער וועלט באגאנגען א זינד, וואס האט גורם געווען אז דער וואגשאל זאל מער נישט זיין אייניג און ליידער האט עס אפגעהאלטן דעם משיח׳ן…
איך געדענק ביז היינט וואספארא ציפ אין הארצן דאס האט מיר געגעבן. ער איז שוין כמעט געקומען! נאר איין זינד האט פארווישט דעם גליקליכן טרוים פון אידישע קינדער וואס קלאגן און מוטשען זיך שוין איבער צוויי טויזנט יאר אין גלות…
איך האב פרובירט מיט דער מעשה ערוועקן די קינדער און זיי געבן צו פארשטיין אז מיר ווייסן קיינמאל נישט, אויב איין גוטע אקט וואס מיר טוען וועט איבערוועגן דעם וואגשאל צום גוטן און דאן וועט יעדער טייטלען אויף אונז, און גאנץ כלל ישראל וועט וויסן אז אין אונזער זכות איז געקומען די לאנג ערווארטעטע ישועה.
ביי די זיבעצן יאר, איידער איך בין א כלה געווארן האב איך אנגעשריבן א ליד וועלכע איך פלעג אפט זיך אונטערזינגען אין דער שטיל כדי נישט מחלל זיין אויף קול באשה ערוה, ווען א מאן הערט א פרוי זינגען. עס דריקט אויס מיין בענקשאפט, ווי א געבעט, אויף דעם גרויסן טאג ווען דער כבוד פון באשעפער וועט נתגלה ווערן אויף דער וועלט.
אט קענט איר הערן דאס ליד:
און אט זענען די ווערטער צום ליד:
אוי טאטע געטריי
ס׳איז שוין תשנ״ה
הער זיך צו, צו אונזער וויי געשריי
לאז דיין כבוד נתגלה
קול שופר זיך שוין הערן
ווייל ס׳איז שוין איבערגעפולט דער כוס פון טרערן
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.