באַפֿרײַונג פֿון טערעזינער געטאָ

Liberation of Theresienstadt

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 29, 2019.
אַ צייכעונג פֿון באַראַקן אין דער טערעזינער געטאָ, פֿון בעדזשיך פֿריטע (אומגעקומען אין 1944)
Wikimedia Commons
אַ צייכעונג פֿון באַראַקן אין דער טערעזינער געטאָ, פֿון בעדזשיך פֿריטע (אומגעקומען אין 1944)

אין דער אוראַלטער „מגילת תּענית‟ שטייט געשריבן, אַז דער 27סטער טאָג אינעם חודש אייר, וואָס הײַיאָר פֿאַלט עס אויס דעם שבת, איז אַמאָל געווען אַ יום־טובֿ. דעם דאָזיקן טאָג האָבן די חשמונאָים אָפּגעהאַלטן אַ וויכטיקן נצחון איבער די יוונים. די „מגילת תּענים‟ איז גאָר אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענט פֿונעם 1טן יאָרהונדערט, איינער פֿון די עלטסטע אָפּגעהיטע ייִדישע כּתבֿים פֿון דער נאָך־תּנ״כישער תּקופֿה.

ס׳רובֿ דאַטעס, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם דאָזיקן ספֿר זענען בטל געוואָרן נאָכן חורבן־בית־המיקדש. דעם 27סטן אייר זענען אָבער במשך פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע פֿאָרגעקומען צוויי אַנדערע וויכטיקע געשעענישן: אינעם יאָר 1945 האָט די סאָוועטישע אַרמיי באַפֿרײַט די טערעזינער געטאָ, און אין 1962 איז אַדאָלף אײַכמאַן אויפֿגעהאַנגען געוואָרן נאָכן באַרימטן מישפּט אין ירושלים.

אין דער „מגילת־תּענית‟ ווערט דערציילט, אַז די יוונים פֿלעגן באַצירן די טויערן פֿון זייערע עבֿודה־זרהס, קראָמען און הויפֿן מיט רויזנקראַנצן, זינגענדיק שירה לכּבֿוד זייערע אָפּגעטער. אויפֿן ערשטן בליק האָט עס מסתּמא אויסגעזען גאַנץ שיין און לעבעדיק, אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿלעגן זיי אויך שרײַבן אויף די הערנער פֿון ייִדישע אָקסן און אייזלען, אַז דער באַשעפֿער וועט נישט ראַטעווען זייערע בעלי־בתּים. דעם כ״ז באייר האָט זיך די חשמונאָים אײַנגעגעבן מבֿטל צו זײַן דעם דאָזיקן מינהג.

די געטאָ אין טערעזין, טשעכײַ, באַקאַנט אויף דײַטשיש ווי טערעזיענשטאַט — בעצם אַ מין היבריד פֿון אַ געטאָ און אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער — האָט בײַם ערשטן בליק אויך אויסגעזען שיין. די נאַציס האָבן עס לכתּחילה געשאַפֿן אין נאָוועמבער 1941, כּדי צו געבן דער וועלט דעם פֿאַלשן אײַנדרוק, אַז זיי קלײַבן זיך נישט אומצוברענגען אַלע ייִדן. אין יוני 1944 האָט די אַדמיניסטראַציע צוגעגרייט די געטאָ צום וויזיט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן „רויטן קרייץ‟ און די פֿאָרשטייער פֿון דער דענישער רעגירונג. די דעלעגאַציע איז געבליבן צופֿרידן מיט די לעבנס־אומשטענדן פֿון די ייִדן. אין דער אמתן, להיפּוך צו דער פֿאַלש געשאַפֿענער שיינקייט און שטילקייט, זענען 33 פֿון 144 טויזנט אַסירים געשטאָרבן אָדער אומגעבראַכט געוואָרן גלײַך אין דער געטאָ, און די אַנדערע האָט מען פֿאַרשיקט אין די טויט־לאַגערן. ווען די רויטע אַרמיי איז געקומען באַפֿרײַען טערעזין, זענען דאָרטן געבליבן לעבן אין אַ שרעקלעכן מצבֿ בלויז 17,320 אַרעסטאַנטן.

פֿון דעסט וועגן, צוליב דעם אומגעוויינטלעכן סטאַטוס פֿון דער טערעזינער געטאָ האָט דאָרטן געבליט — אויף וויפֿל מע מעג אין דעם פֿאַל נוצן דאָס וואָרט „בליִען‟ — אַ פֿאַרשיידנאַרטיק קולטור־לעבן. אַ סך פֿון די אַסירים זענען געווען געבילדעטע ייִדן, וועלכע האָבן זיך דאָרטן ווײַטער פֿאַרנומען מיט זייער פּראָפֿעסיאָנעלער טעטיקייט. אַ ריי קאָמפּאָזיטאָרן האָבן דאָרטן געשאַפֿן מוזיק; די באַקאַנטסטע צווישן זיי זענען אומגעקומען אין אוישוויץ. אין דער געטאָ זענען כּסדר פֿאָרגעקומען קאָנצערטן און אָפּערעס, געשפּילט דורך אייגענע מוזיקאַלישע און טעאַטראַלישע אַנסאַמבלען. די ניצול־געוואָרענע האָבן דערציילט, אַז די קולטורעלע באַשעפֿטיקונג האָט זיי שטאַרק געהאָלפֿן בלײַבן בײַם לעבן.

אין דער טערעזינער געטאָ האָט דער דײַטשישער ראַבינער לעאָ בעקמיט אָנגעפֿירט מיט דער רעפֿאָרמער קהילה בעת דער טשעכישער רבֿ ריכאַרד פֿעדער איז געווען דער גײַסטיקער מנהיג פֿון אַ מער טראַדיציאָנעלן עולם. אַחוץ אָט די הויפּט־ראַבינער, האָבן די נאַציס פֿאַרשיקט קיין טערעזין אַ צאָל אַנדערע רבנים, אָרטאָדאָקסישע און ליבעראַלע. צווישן זיי איז געווען רעגינע יאָנאַס — די ערשטע פֿרוי אין דער וועלט צו דינען ווי אַ רעפֿאָרמער ראַבינערטע. אַ געבוירענע אין בערלין, האָט זי אָנגעפֿירט מיט איר קהילה אין טערעזין במשך פֿון צוויי יאָר, פֿון 1942 ביז 1944, ווען מע האָט זי איבערגעשיקט קיין אוישוויץ און דערהרגעט. לעאָ בעק און ריכאַרד פֿעדער זענען באַפֿרײַט געוואָרן און איבערגעלעבט די מלחמה.

די ראַבינערין רעגינע יאָנאַס
Wikimedia
די ראַבינערין רעגינע יאָנאַס

אין טערעזין האָט זיך געפֿונען דער איינציקער קאָנצענטראַציע־לאַגער, וווּ אַ טייל פֿרומע ייִדן האָבן זיך געגעבן אַן עצה, מיט גרויס מסירת־נפֿש און אויסטערלישע שוועריקייטן, צו היטן מיצוות מער אָדער ווייניקער ווי געהעריק. למשל, זיי פֿלעגן אויסטוישן די קליינע שטיקלעך פֿלייש, וואָס די נאַציס האָבן אויסגעטיילט, אויף ברויט. פֿאַר דער באַרפֿײַונג האָט אין טערעזין אַפֿילו פֿונקציאָנירט אַ פּאַרעווע כּשרע גאָרקיך. אינעם בוך „די ייִדן אין בעמען און מאָראַוויע: פּנים־אל־פּנים פֿאַרן חורבן‟ פֿון ליוויאַ ראָטקירכען דערוויסט מען זיך אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם תּורה־לעבן אין דער טרויעריק באַרימטער געטאָ.