דער צווייטער און לעצטער קאַפּיטל פֿונעם אַרטיקל, „איך פֿיר מלחמה מיט די קעסטלעך ביכער‟
אין מײַנע קלאַסן גיב איך אַלע מאָל אָפּ צען אָדער פֿופֿצן מינוט אויפֿן פֿאַרשטיין דאָס גערעדטע ייִדיש. האָב איך באַשלאָסן אַז איך וועל מײַנע לאַנג־יעריקע סטודענטן דערציילן וועגן מײַן פּראָיעקט אַרויסצושיקן די ביכער און קאָמפּאַקטלעך פֿון מײַנע קינדערלידער צו ייִדיש־רעדנדיקע קינדער־גרופּעס. אפֿשר וועלן זיי מיר וועלן העלפֿן מיט דעם? איך האָב גערעדט פּאַמעלעך מיט ענטוזיאַזם און מע האָט מיך אָנגעקוקט ווי איך וואָלט גערעדט גריכיש — נישט ווײַל זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איך זאָג, נאָר ווײַל כ׳האָב דערזען אין זייערע אויגן אַז מײַן פּראָיעקט איז זיי נישט צום האַרצן. בין איך באַלד אַריבער צום אויסבעסערן זייער היימאַרבעט און שוין פֿאַרשטאַנען אַז איך מוז פּרוּוון שאַפֿן געלט אויף אַן אַנדער אופֿן.
כ׳האָב זיך דערמאָנט אין אַ מאַן פֿון באָסטאָן וואָס האָט זיך צוגעשאַרט צו מיר און כאָטש איך האָב אים אָפּגעזאָגט קלינגט ער מיר נאָך אַלץ יעדן פֿרײַטיק מיך אָנצוּווינטשן אַ גוטן שבת. איך ווייס אַז ער האָט געלט און גיט ברייטהאַרציק צדקה. ער איז אַ ביסל אַ טשודאַק, אָבער אפֿשר וועט ער מיך וועלן צופֿרידן שטעלן.
ווען איך האָב אים אָנגעקלונגען האָט ער זיך טאַקע דערפֿרייט ווײַל דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס איך קלינג אים. כ׳האָב אים פֿאָרגעלייגט וואָס איך טו און ער האָט זיך נישט אָפּגעזאָגט; בלויז מיך געהייסן וואַרטן ביז זונטיק. זונטיק וועט ער מיר זאָגן וויפֿל געלט ער וועט מיר געבן. מײַן שמייכל האָט נישט געדויערט זייער לאַנג ווײַל ער האָט צוגעגעבן אַ תּנאַי: ביז זונטיק מוזן מיר רעדן יעדן טאָג כאָטש אַ האַלבע שעה און דערנאָך וועט ער מיר זאָגן וויפֿל ער גיט מיר. כ׳האָב גלײַך איבערגעריסן דעם קאָנטאַקט, און גענומען בורטשען: „אַזאַ עזות! סאַראַ חוצפּה! ער מיינט איך בין ׳צום האַבן׳, ווי די מאַמע פֿלעגט זאָגן. ער מיינט ער קען מיך אָפּקויפֿן, קויפֿן מײַן צײַט! אַן עכטער, רעכטער משוגענער!“ און איך האָב באַשלאָסן מער נישט צו רעדן מיט אים.
ווען כ׳האָב געבעטן בײַ אַ צווייטן פֿאַרמעגלעכן מאַן ער זאָל שטיצן מײַן פּראָיעקט צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש און ייִדישקייט האָט ער זיך צעשריגן אַז ער קען נישט געבן געלט צו אַלע וואָס בעטן אים. יתומים אין ישׂראל זענען אים וויכטיקער. כ׳האָב אים געוואָלט פֿרעגן צי ער קען נישט שטיצן ביידע: יתומים און ייִדיש, אָבער ס׳איז שוין נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. האָב איך געוווּסט אויף זיכער, אַז איך האָב נאָר איין ברירה — זיך פֿאַרלאָזן אויף ג־טס באַראָט. אויב ס׳איז באַשערט — וועט זײַן און אויב נישט — וואָס טויג מיר זיך שלאָגן קאָפּ אין וואָנט?
די מעשׂה לאָזט זיך אָבער אויס צום גוטן.
צוויי טעג נאָך די מאָדנע טעלעפֿאָן־שמועסן איז צו מיר געקומען איינער וואָס וווינט נישט ווײַט, מיט אַ ייִדישן בריוו איבערצוזעצן. דער בריוו איז געווען צוויי זײַטלעך לאַנג, אָנגעשריבן מיט זייער אַ קלאָרער האַנטשריפֿט. כאָטש דער בריוו איז געווען לאַמינירט, האָט דער קליִענט אים געהאַלטן צאַרט און ליבנדיק ווי אַן עופֿעלע. און דאָ ווערט די מעשׂה זייער אינטערעסאַנט. ווען איך האָב אים געזאָגט וויפֿל די אַרבעט וועט קאָסטן (נישט קיין סך) האָט ער מיר געגעבן טאָפּל די סומע. ווען כ׳האָב אים געזאָגט אַז דאָס איז צו פֿיל, האָט ער מיר געענטפֿערט מיט אַ גוטמוטיקן שמייכל אַז איך זאָל זיך נישט זאָרגן ווײַל ער ווייסט שוין פֿון לאַנג אַז בײַ אַלע מינים אַרבעט וואָס אַ מענטש באַשטעלט קאָסט עס מער און ס׳נעמט לענגער ווי מע זאָגט בײַם סאַמע אָנהייב. וואָס האָב איך אים געקענט ענטפֿערן? האָב איך אויך געשמייכלט אין אים באַדאַנקט.
באַלד אין דער פֿרי האָב איך דעם בריוו איבערגעזעצט און דעם קליִענט אָנגעקלונגען מיט די גוטע נײַעס, אַז די איבערזעצונג איז פֿאַרטיק. כ׳האָב געבעטן זײַן אַדרעס, איך זאָל אים קענען צוריקשיקן די איבערזעצונג און אַ טשעק מיטן איבעריקן געלט.
„נײן, נישט נייטיק!‟ האָט ער געענטפֿערט. „דאָס איבעריקס איז פֿאַר דיר, טרינקגעלט.“
„אָבער דאָס איז מער ווי הונדערט דאָלאָר!“ האָב איך געטענהט.
„נישקשה,“ האָט ער געענטפֿערט. „איך קען באַלד קומען אָפּנעמען די איבערזעצונג. איך בין זייער נײַגעריק צו וויסן וואָס דער טאַטע האָט דאָרטן געשריבן. דאָס איז דער איינציקער עקזעמפּלאַר וואָס איך האָב פֿונעם טאַטנס האַנטשריפֿט.“
מיט צען מינוט שפּעטער איז ער שוין געווען בײַ דער טיר. ער האָט זיך זייער דערפֿרייט מיט דער אַרבעט און מיט דעם וואָס איך האָב דאָס אַזוי גיך פֿאַר אים געטאָן.
כ׳האָב ווידער געפּרוּווט אים אויסשטעלן אַ טשעק, האָט ער זיך ווידער אָפּגעזאָגט, צוגעבנדיק: ”הלוואַי וואָלט איך געקענט טאָן מער! דו ווייסט נישט וואָס דו האָסט געטאָן פֿאַר מיר.“ און ער איז אַוועק.
מיט דרײַ טעג שפּעטער קלינגט דער קליִענט אָן מיר צו זאָגן אַז ער האָט שוין געוויזן זײַנע טעכטער די איבערזעצונג פֿון בריוו און זיי פֿרייען זיך אויך. דעם אמת געזאָגט איז דער אינהאַלט פֿון בריוו געווען גאָרנישט ספּעציעלס.
זינט ער איז געווען אַזוי גוט אויפֿגעלייגט און ניט געגעבן קיין סימן אַז ער וויל פֿאַרענדיקן דעם שמועס, האָב איך, אַ ביסל שעמעוודיק, דערמאָנט זײַנע ווערטער אַז ער וואָלט מיך מיט נאָך עפּעס געוואָלט העלפֿן, און כ׳האָב אים אָנגעהויבן צו דערציילן וועגן מײַן פּראָיעקט אַרויסצושיקן מײַנע ביכער צו קינדער אין ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות. ווען כ׳האָב גאָרנישט געהערט האָב איך געמיינט אַז איך האָב אים צו פֿיל פֿאַרדרייט אַ קאָפּ און ער האָט שוין אָפּגעהאַקט דעם קאָנטאַקט. כ׳האָב געגעבן אַ טיפֿן אַנטוישטן זיפֿץ און פּלוצלינג פֿרעגט ער: „מעג איך צוקומען זען די קינדערביכער?“
כ׳האָב נישט געגלייבט. „יאָ. יאָ. איך וויל זיי אײַך ווײַזן,“ האָב איך קוים אַרויסגעקוועטשט.
בקיצור, ער איז באַלד אָנגעקומען. כ׳האָב אים געוויזן די ביכער און אים געשפּילט דאָס קאָמפּאַקטל לידער. ער האָט זיך מחיה געווען. נאָך אַ שעה האָט ער אַרויסגענומען דעם טײַסטער און געפֿרעגט: „וועט צוויי הונדערט דאָלאַר זײַן גענוג?“ איך בין געווען ווי פֿאַרגליווערט פֿון שאָק און נאָך מער שאָקירט ווען ער האָט זיך אַליין מישבֿ געווען און געזאָגט: „אפֿשר איז דרײַ הונדערט בעסער“, אַרויסגענומען דעם טײַסטער און מיר געגעבן דרײַ הונדערט דאָלאַר מזומן.
ווען ג־ט וויל שיסט אַ בעזעם אויך!
כ׳האָב גלײַך אָנגעקלונגען צו דער רביצין. זי האָט מיר געגעבן די צעגלידער־בלעטער מיט די נעמען, אַדרעסן און טעלעפֿאָנען פֿון די וואָס האָבן איר געשיקט בליצבריוולעך בעטנדיק די ביכלעך. איך און מײַן נײַער פֿרײַנד האָבן אײַנגעפּאַקט און אַדרעסירט זייער אַ סך אויסגעבעטע קאָנווערטן פֿאַר די ביכער און קאָמפּאַקטלעך און זיי אַרויסגעשיקט נאָך פֿאַר פּסח קיין ווײַאָמינג, מאָנטאַטע און מער געוויינטלעכע ערטער, אַז מע זאָל זיי קענען אויסטיילן די קינדערלעך ווי אַפֿיקומן־מתּנות.
דער שלל דאַנקבריוו וואָס איך האָב באַקומען וועלן מיר דערוואַרעמען דאָס האַרץ יאָרן לאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.