אַ דאַנק אַ ברייטהאַרציקן בײַשטײַער, וועט דער פֿאָרווערטס די קומעדיקע וואָך גרינדן אַ רובריק פֿון אָריגינעלע קעסטל־רעטענישן אויף מאַמע־לשון. די רעטענישן וועלן אַרויסגעשטעלט ווערן אויף דער פֿאָרווערטס־וועבזײַט יעדע צוויי וואָכן און אַרײַננעמען פֿראַגעס וועגן ייִדישע ווערטער, מינהגים, ליטעראַטור און פּאָפּולערער קולטור.
דער מנדבֿ, וואָס וויל בלײַבן אַנאָנים, איז אַ באַקאַנטער ייִדישער פֿילאַנטראָפּ, וואָס איז אַליין אַ געטרײַער אָנהענגער פֿון קעסטל־רעטענישן.
די רעטענישן וועלן צונויפֿגעשטעלט ווערן פֿון מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, אַ גראַדואַנטקע פֿונעם „מאַסאַטשוסעטסער אינזשעניריע־אינסטיטוט (MIT) און דעם „דזשאָרדזשיער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט‟ (Georgia Tech), וועלכע קען פֿליסיק ייִדיש פֿון דער היים און מאַכט שוין יאָרן לאַנג די סאָפֿיסטיצירטע קעסטל־רעטענישן פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. ווי אַ קינד האָט זי יעדע וואָך געמאַכט די רעטענישן, וואָס פֿלעגן פּובליקירט ווערן אינעם פֿאָרווערטס אָבער יענע זענען געווען ווערטער־זוכונג־רעטענישן, וווּ מע דאַרף אַרומרינגלען די ווערטער וואָס געפֿינען זיך האָריזאָנטאַל, ווערטיקאַל און באלכסון אין איין גרויסן קעסטל פֿול מיט אותיות (word search, בלע״ז).
כאָטש קעסטל־רעטענישן זענען שוין געווען פֿאַראַן אינעם 18טן יאָרהונדערט, האָט מען ערשט אָנגעהויבן דרוקן די מאָדערנע רעטענישן אינעם 19טן. אין די 1920ער יאָרן איז דער אַזוי גערופֿענער „קראָסוואָרד־פּאָזל‟ געוואָרן ממש אַן אָבסעסיע סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין ענגלאַנד. הײַנט זענען זיי אויך זייער פּאָפּולער אין אינדיע.
אויף ייִדיש איז דווקא ניטאָ קיין אַלטע טראַדיציע פֿון קעסטל־רעטענישן אָבער סײַ אין אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה, סײַ אין אַמעריקע, פֿלעגן די קינדער־זשורנאַלן דרוקן ווערטער־זוכונג־רעטענישן, און אין די הײַנטיקע חסידישע זשורנאַלן סײַ פֿאַר קינדער, סײַ פֿאַר דערוואַקסענע, זעט מען פֿאַרשידענע מינים שפּילן, וואָס זיי רופֿן אָן „קעסטל־רעטענישן‟. צווישן זיי געפֿינט מען ניט בלויז „קראָסוואָרדס‟, נאָר אויך ווערטער־זוכונג־רעטעניש, „סודאָקאָ‟, און פֿאַרשידענע מינים טריוויע־פֿראַגעס, וואָס די ענטפֿערס דאַרף מען אַרײַנשטעלן אין קעסטלעך לויט אַ געוויסן סדר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.