מײַנע לייענער וואָרן איך כּסדר, אַז ווי לאַנג פֿאַרשיידענע מאָדנע סיטואַציעס צוליב די „גוגל־איבערזעצונגען‟ טרעפֿן זיך אָפֿט אַפֿילו מיט ענגליש און אַנדערע גרויסע וועלטשפּראַכן, טאָר מען זיך בשום־אופֿן נישט פֿאַרלאָזן אויף קאָמפּיוטער־איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.
אין איין פֿאַל, האָט דער „גוגל‟ איבערגעזעצט מײַן פֿראַזע „מוסולמענישע פּליטים‟ ווי „ראַצן‟, גיי ווייס לויט וועלכע באַהאַלטענע אַסאָציאַציעס. כ׳האָב געמוזט איבערצײַגן איינע אַ לייענערין, אַז איך בין נישט קיין ראַסיסט. אַן אַנדער לייענער איז ברוגז געוואָרן, ווען די מאַשין־איבערזעצונג האָט אַ חשובֿן מענטשן געשילדערט, במחילה, ווי אַן אַלפֿאָנס.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך דאָס? מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט זיך סײַ אין די „גוגל־בוקס‟, סײַ אויף די וועבזײַטן פֿון אַזעלכע באַקאַנטע ביכערקראָמען, ווי „אַמאַזאָן‟ און Barnes & Noble, באַוויזן אַ גאַנצע ריי ייִדישע עלעקטראָנישע ווערטערביכער, אַרײַנגערעכנט ריזיקע ענגליש־ייִדישע לעקסיקאָנען פֿון 25,000 יוריספּרודענץ־ און 18,000 מעדיצינישע טערמינען אויף עטלעכע טויזנטער זײַטלעך, ווי אויך אַ גרויס קאָרעיִש־ייִדיש, וויעטנאַמיש־ייִדיש, טײַלענדיש־ייִדיש און אַ צאָל אַנדערע אַלגעמיינע ווערטער־אוצרות. דער מחבר הייסט נאַם ה. נגוּיען. קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן אים האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו געפֿינען; ס׳איז אַ פֿאַרשפּרייטער וויעטנאַמישער נאָמען.
לאָמיר ברענגען, צום בײַשפּיל, אַ קליינעם אויסצוג פֿון זײַן אַנומלטיק ייִדיש בוך וועגן די פּלאַנעטן און לבֿנות אין אונדזער זון־סיסטעם: „עקספּלאָרינג די זונ סיסטעם און ביאַנד ס ציל איז צו פּלאָמבירן דיין מיינונג מיט אַ קאָפּ אָנהייב צו ווייסט די אַנטוויקלונג פון פּלאַנאַטערי וויסנשאַפֿט אין די מאָדערן ספעיס אַגע מיט דעם עבאָאָק.‟
ס׳איז גאַנץ קלאָר, פֿון וואַנען דער מחבר האָט גענומען אַזאַ „ייִדיש‟. אַדוואי, איז עס דער נעבעכדיקער „גוגל־איבערזעצער‟. ווען מע נוצט אים איבערצוטײַטשן אַ טעקסט נישט פֿון ייִדיש אויף ענגליש, נאָר פֿאַרקערט, זעט דער רעזולטאַט אויס נאָך ערגער, ממש שרעקלעך. כּדי צו פֿאַרשטיין אַזאַ הענטשקע־לשון, מוז מען טאַקע ‟פּלאָמבירן‟ זיך דעם קאָפּ.
דער „גוגל‟ ברענגט צומאָל די קאָמפּיוטער־באַנוצער צו אומאָנגענעמע פּערזענלעכע סיטואַציעס. איך קען אַ פּאָר מענטשן, וואָס זייער פֿלירטעווען אַ ביסל אויף דער אינטערנעץ האָט געבראַכט צוליב קרומע מאַשין־איבערזעצונגען צו ערנסטע סיכסוכים. עס שאַפֿט זיך צומאָל דער אײַנדרוק — אַוודאי, אַן אילוזיע — אַז דער „גוגל‟ האָט אַן אייגענעם מין פֿאַרפֿירערישן הומאָר.
אויף דער סאַמע ערשטער זײַט פֿון נגוּיענס כּלומרשטן רוסיש־ייִדישן שמועס־לעקסיקאָן שטייט געשריבן, אַז אַ מיידל איז אויף ייִדיש „פֿאַרפֿירן‟. דאָס בוך דערקלערט, ווי אַזוי אַ רוסיש־רעדער זאָל אָנהייבן אַ שמועס מיט אַ ייִדיש מיידל. די רוסישע זײַט פֿונעם ווערטערבוך איז, אַגבֿ, אויך אַן אויסטערלישע האַלב־אומזיניקע פּרי פֿונעם „גוגל‟.
מער קאָמפּליצירטע פֿראַזעס קלינגען אַפֿילו נישט אַזוי קאָמיש, ווײַל על־פּי־רובֿ זענען זיי אינגאַנצן אומגראַמאַטיש און אומפֿאַרשטענדלעך. פֿון דעסט וועגן, פּרוּווט נגוּיען צו פֿאַרקויפֿן יעדעס פֿון זײַנע כּמו־ביכער פֿאַר 5־10 דאָלאַר אָדער מער. מסתּמא גלייבט ער, אַז מיט אַזאַ ריזיקן סכום מאַשין־פּראָדוקציע קאָן מען געפֿינען גענוג קונים, נישט געקוקט אויף דעם אומזיניקן תּוכן פֿון דער סחורה.
אין אַ געוויסן זין, זענען זײַנע „ווערטערביכער‟ יאָ אינטערעסאַנט — ווי אַ קאָנקרעטע פּרטימדיקע דעמאָנסטראַציע פֿונעם „גוגלס‟ מעלות און חסרונות. צווישן די ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס אין די מאַשין־ביכער באַווײַזן זיך כּסדר מוסטערן פֿונעם סאָוועטישן פֿאָנעטישן אויסלייג: „זײַט מויכל‟, „פּראָטים‟, „טוישעוו‟, „כאַזער־פֿלייש‟, וכּדומה. אין דער זעלבער צײַט, זענען פֿאַקטיש נישטאָ קיין טיפּישע עלעמענטן פֿון דער הײַנטיקער חסידישער אָרטאָגראַפֿיע.
די ממשותדיקע אָרטאָגראַפֿישע וואַקלענישן ווירקן בלי־שום־ספֿק אויף דער געפֿערלעך נידעריקער קוואַליטעט פֿון אויטאָמאַטישע איבערזעצונגען. הגם אַ סך מענטשן שרײַבן גרײַזיק אויף ענגליש, בלײַבט דער סטאַנדאַרטער ענגלישער אויסלייג קלאָר. אינעם קליינעם וועלטל פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער אינטערנעץ איז דער מצבֿ אַ פֿאַרקערטער. ס׳איז גרינגער צו געפֿינען וועבזײַטן, וואָס ווײַכן דווקא אָפּ פֿון דער ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע.
די אַמעריקאַניזמען פֿיגורירן כּסדר אין נגוּיענס צווייפֿלהאַפֿטיקער פּראָדוקציע, אָבער זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר בלויז פֿאַרקריפּלטע מעכאַנישע טראַנסקריפּציעס פֿון ענגליש. ס׳זעט אויס, אַז די קאָמפּיוטער־מומחים אינעם ייִדיש־אָפּטייל פֿונעם „גוגל‟ מײַדן בכּיוון אויס דעם חסידישן ייִדיש, און שרײַבן אַרײַן, צוליב אומקלאָרע סיבות, ווערטער און אויסדרוקן לויטן אַלטן סאָוועטישן אויסלייג. דאָס איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטער פֿאַקט, וואָס פֿאָדערט אַ ווײַטערדיקן אַנאַליז.
שײַכותדיקער אַרטיקל //yiddish.forward.com/articles/208391/the-laughable-results-of-google-translate-for-yidd/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.