דער „טרוים־טעאַטער‟, דער פּאַריזער ייִדיש־שפּראַכיקער טעאַטער וואָס איז אַ טייל פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟, האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז ער וועט אין סעפּטעמבער אינסצענירן אידאַ פֿינקס דראַמע „דער טיש‟ אויף ייִדיש. די איבערזעצונג, פֿון שאַרלאָט מעסער און אַניק פּרים מאַרגוליס, האָט מען געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַר דער נײַער פֿאָרשטעלונג.
„דער טיש‟ שילדערט ווי אַ פּוילישע פּראָקוראַטאָרין פּרובירט אָנצוקלאָגן געשטאַפּאָ־אָפֿיצירן אינעם מאָרד פֿון די ייִדן אין איר שטעטל. עס העלפֿן איר דערבײַ פֿיר ייִדן, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט די דאָזיקע שחיטה.
די דראַמאַטורגין אידאַ פֿינק איז געווען אַ פּוילישע ייִדישע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט נאָך דער מלחמה זיך באַזעצט אין ישׂראל. כאָטש זי האָט ס׳רובֿ פֿון איר לעבן געוווינט אין ישׂראל, האָט זי געשריבן אירע דערציילונגען און פּיעסעס אויסשליסלעך אויף פּויליש.
שאַרלאָט מעסער, די גרינדערין און קונסט־דירעקטאָרין פֿונעם „טרוים־טעאַטער‟ וואָס וועט אויך רעזשיסירן די פֿאָרשטעלונג, איז אינספּירירט געוואָרן פֿאָרצושטעלן די פּיעסע אויף מאַמע־לשון, ווײַל כאָטש זי האָט די דראַמע געלייענט אויף פֿראַנצייזיש, האָט עס איר דערמאָנט אין אירע אייגענע קינדער־יאָרן בשעתן חורבן. אַ קינד פֿון פּויליש־ייִדישע אימיגיראַנטן, האָט זי נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ דערפֿל אין דרום־פֿראַנקרײַך. אין אירע קינדער־יאָרן האָט זי מערסטנס גערעדט ייִדיש און בײַם לייענען די פּיעסע האָט זי געקענט הערן, ווי די העלדן רעדן אויף מאַמע־לשון.
עס וועלן אין דער פֿאָרשטעלונג שפּילן דער אַקטיאָר און טעאַטער־היסטאָריקער אַלכּסנדר מעסער, די אַקטריסע לאַורענס אָפּטייקער־פֿישביין, די אַקטריסע און ייִדיש־לערערין אַניק פּרים־מאַרגוליס, דער זינגער און אַקטיאָר ליאָנעל מילער, די אַקטריסע זשאַנעט קאָהן, און דער אַקטיאָר מישעל פֿישביין.
די פּיעסע, פֿון 70 מינוט און באַגלייט מיט פֿראַנצייזישע איבערקעפּלעך, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן זונטיק, דעם 15סטן סעפּטעמבער און זונטיק דעם 22סטן סעפּטעמבער, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, און דאָנערשטיק דעם 19טן און דאָנערשטיק 26סטן סעפּטעמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: //www.yiddishteater.org/eng/index.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.