אלי װיזעלס ראָמאַן „נאַכט‟ (אינעם ייִדישן נוסח „און די װעלט האָט געשװיגן‟) איז דאָס סאַמע באַקאַנטע בוך װעגן דעם חורבן. הײַנט לערנט מען דאָס אין די אַמעריקאַנער שולן, און בײַ אַ סך לײענער בלײַבט דאָס דער אײנציקער מקור װעגן דער חורבן־געשיכטע.
אָבער אין די 1960ער יאָרן, װען װיזעל איז ערשט באַקאַנט געוואָרן אין אַמעריקע, איז זײַן עולם באַשטאַנען דער עיקר פֿון די קינדער פֿון די שארית־הפּליטה. גאַנץ אָפֿט האָבן די עלטערן גאָר ניט דערצײלט זײערע קינדער װעגן דעם, װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט אין מיזרח־אײראָפּע בעת דער מלחמה. פֿאַר אַ סך פֿון זײערע קינדער האָבן װיזעלס ביכער געעפֿנט אַ װעג צו דער חורבן־דערפֿאַרונג פֿון זײערע אײגענע עלטערן.
אײנער פֿון די קינדער איז געװען דער זשורנאַליסט האַואַרד רײַך. ער איז אױפֿגעװאַקסן אין דער ייִדישער געגנט סקאָקי, שיקאַגע, אין די 1960ער יאָרן. זײַן מאַמע איז געװען אַ מײדל פֿון צען יאָר אַלט װען די נאַציסטן האָבן דערשאָסן ייִדן אין איר שטאָט דובנע אין װאָלין, און זי האָט געוואַנדערט יאָרן לאַנג איבער אוקראַיִנע און פּױלן. זײַן טאַטע איז געװען 17 יאָר אַלט װען דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן פּױלן. ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין פֿאַרשידענע אַרבעט־לאַגערן. די צוויי האָבן זיך געטראָפֿן אין שיקאַגע און חתונה געהאַט אין 1953. ניט דער טאַטע און ניט די מאַמע האָבן דערצײלט זײער זון װעגן דעם, װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט. אָבער זײ האָבן זיך צומאָל געפֿירט מאָדנע. די מאַמע פֿלעגט זיצן גאַנצע נעכט בײַם פֿענצטער און כּלומרשט היטן איר משפּחה פֿון אַ סכּנה װאָס זאָל קומען פֿון דרױסן. דער טאַטע פֿלעגט אין מיטן נאַכט זיך אױפֿכאַפּן און אַראָפּשלינגען אַ גלעזל בראָנפֿן כּדי אײַנצושלאָפֿן. בײַ טאָג זײַנען די עלטערן געװען לײַטישע מענטשן אָבער צומאָל זײַנען זײ פּלוצעם געװאָרן ברוגז. אױף דער עלטער איז די מאַמע אַװעק פֿון דער הײם און האָט זיך געלאָזט װאַנדערן איבער די גאַסן. ערשט גאַנץ שפּעט האָט אַ פּסיכיאַטער געשטעלט אַ ריכטיקן דיאַגנאָך פֿון „פּאָסט־טראַװמאַטישער סטרעס־צעשטערונג‟.
די קינדעריאָרן אין סקאָקי האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שראַם אין האָװאַרדס נשמה, און ער האָט מער ניט געװאָלט הערן וועגן דעם חורבן. ער איז געװאָרן אַ מוזיק־קריטיקער פֿאַר דער צײַטונג „שיקאַגאָ טריביון‟. אָבער אין 2012 האָט די רעדאַקציע אים געבעטן מאַכן אַן אינטערװיו מיט אלי װיזעל, און זײער שמועס האָט זיך פֿאַרצױגן אױף פֿיר יאָר. די דאָזיקע שמועסן זײַנען געװאָרן דער יסוד פֿון זײַן בוך „די קונסט פֿון אױסגעפֿינען האָפֿענונג‟, װאָס רײַך האָט טעמאַטיש צונויפֿגעשטעלט. זײַנע שמועסן מיט װיזעלן זײַנען דאָ איבערגעפֿלאָכטן מיט זײַנע אײגענע זכרונות װעגן די קינדער־יאָרן און מיט זײַנע היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿונעם חורבן אין פּױלן.
װיזעל האָט דערצײלט רײַכן װעגן זײַן דערפֿאַרונג מיט סטודענטן, װאָס ער האָט געלערנט אין די 1970ער יאָרן אין ניו־יאָרק. אַזױ װי בײַ רײַכן, זענען בײַ אַ צאָל פֿון זיי די עלטערן געווען לעבן־געבליבענע פֿון חורבן. „איך בין פֿאַר זײ געװאָרן אַ מין במקום־פֿאָטער,‟ האָט וויזעל דערקלערט. „זײ האָבן געװאָלט, אַז איך זאָל זײ דערצײלן דאָס, װאָס זײערע פֿאָטערס האָבן זײ ניט דערצײלט.‟ דער עיקר בײַ װיזעל, שרײַבט רײַך, איז דעמאָלט געװען צו העלפֿן די דאָזיקע יונגע לײַט בײַקומען דאָס געפֿיל פֿון בושה לגבי זײערע עלטערן. וואָס שייך דעם שװײַגן פֿון טאַטע־מאַמע האָט װיזעל באַמערקט אַז זיי „האָבן מורא פֿאַר אײַער פּסק־דין װעגן זײער עבֿר.‟ װיזעל האָט געפֿונען די פּאַסיקע װערטער ניט נאָר צו באַשרײַבן די טראַגישע חורבן־דערפֿאַרונג, נאָר אױך כּדי אונטערצוהאַלטן אַ האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט.
די שמועסן פֿירן װײַטער צום ענין שולדגעפֿיל, סײַ בײַ די עלטערן לגבי די, װאָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן, סײַ בײַ זײערע קינדער, לגבי זײערע עלטערן. װיזעל האַלט דאָס פֿאַר אַן אױסגעטראַכטן ענין: „דער קומעדיקער דור דאַרף זיך ניט פֿילן שולדיק. װאָס האָבן זײ דען געטאָן?‟ כּדי צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם נישט־באַרעכטיקטן שולדגעפֿיל — האַלט װיזעל — דאַרף מען נעמען אױף זיך דאָס אַחריות פֿאַרן איבערגעבן דעם גבֿית־עדות װעגן דעם חורבן פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט. ער פֿאַרסך־הכּלט זײַן געדאַנקען־גאַנג: „צו זײַן אַן עדות איז אײגנטלעך אַ מיצװה‟. די דאָזיקע מצװה קען מען מקיים זײַן אױף פֿאַרשידענע אופֿנים: „דאָ זײַנען ניטאָ קײן כּללים פֿאַר אַלעמען. יעדע משפּחה מאַכט עס אױף איר אײגענעם שטײגער.‟
די ייִדישע אידענטיטעט איז אַן אַנדער ענין פֿון די שמועסן צווישן רײַך און וויזעל. װיזעלס באַגריף פֿון „עדות‟ העלפֿט אָפּהיטן און פֿאַרשטאַרקן דאָס געפֿיל פֿון ייִדישקײט בײַ די קומעדיקע דורות. עס איז װיכטיק, באַטאָנט ער, אַז מען זאָל בלײַבן געטרײַ דעם אײגענעם „איך‟ און זיך ניט פֿילן מינערװערטיק איבער די יסורים, װאָס ייִדן האָבן געליטן אינעם חורבן.
װיזעלס פּאָזיציע, װי זי קומט אַרױס פֿון זײַנע שמועסן מיט רײַכן, איז אַ מין דערװידערונג קעגן דער דײַטשיש־ייִדישער דענקערין חנה אַרענדט. אַרענדט האָט געטענהט, אַז ייִדן האָבן פּאַסיװ מיטגעהאָלפֿן די נאַציסן דורכצופֿירן דעם חורבן, און דערפֿאַר טראָגן די ייִדן, און בפֿרט זײער פֿירערשאַפֿט, טײלװײַז אַן אַחריות פֿאַרן חורבן. װיזעלס ביכער און לעקציעס האָבן געלאָזט די אַמעריקאַנער ייִדן צו באַטראַכטן דעם חורבן סײַ װי אַן אײגענע טראַגעדיע און סײַ װי אַן אַלגעמײנע טראַגעדיע פֿון דער גאַנצער מענטשהײט. װיזעל האָט געפֿונען אַ ליטעראַרישן סטיל און שפּראַך, װאָס זאָל רעדן דירעקט סײַ צו דער ברײטערער לײענערשאַפֿט און סײַ צו דעם ייִדישן עולם. זײַן אײגנאַרטיקער שמועס־סטיל קומט אַרױס גאַנץ שטאַרק אין רײַכס זשורנאַליסטישן באַריכט פֿון זייערע טרעפֿונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.