מיט וואָס איז די ייִדישע אַרכיטעקטור אין פּױלן געווען אַנדערש?

What Was Different About Jewish Architecture in Poland?

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 14, 2019.
די סטעליע פֿון דער גוואָדזשיצער שיל אינעם “פּולין”־מוזיי
Wikimedia
די סטעליע פֿון דער גוואָדזשיצער שיל אינעם “פּולין”־מוזיי

װאָס איז אַזױנס „ייִדישע‟ אַרכיטעקטור? מיט װאָס איז זי אַנדערש פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע שטרעמונגען אין אַרכיטעקטור? די דאָזיקע פֿראַגעס זײַנען אױפֿגעקומען בעת דעם פֿאָרשערישן װאַרשטאַט אױף דער טעמע, „ייִדישע אַרכיטעקטור און אורבאַניזם אין פּױלן‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען סוף־מײַ אינעם װאַרשעװער מוזײ „פּולין‟. פּראָפֿעסאָר רודאָלף קלײן פֿון בודאַפּעשט האָט געעפֿנט דעם װאַרשטאַט מיט אַ לעקציע װעגן מאָדערנע ייִדישע בית-עלמינס אין די גרױסע שטעט פֿון צענטראַל־אײראָפּע, װי װאַרשע, װין, בערלין, בודאַפּעשט און לאָדזש.

פּראָפֿעסאָר קלײן האָט ספּעציעל באַטאָנט די השפּעה פֿון די מיטצײַטלערישע טענדענצן אין קונסט אױפֿן סטיל פֿון מצבֿות. ייִדישע גבֿירים, אַזעלכע װי די לאָדזשער טעקסטיל־פֿאַבריקאַנטן „פּאָזנאַנסקיס‟, האָבן אױפֿגעבױט ריזיקע מאַװזאָלייען פֿאַר זײערע משפּחות. די מיטגלידער פֿונעם נײַעם ייִדישן מיטלשטאַנד האָבן געװאָלט, אַז ייִדישע בעת־עולמנס זאָלן זײַן ענלעך צו קריסטלעכע צװינטערס. אין בערלין האָט מען פֿאַרפּלאַנירט דעם ייִדישן בית־עולם „װײַסנזע‟ װי אַ מין פּאַרק מיט ברײטערע און שמאָלערע אַלעעס צװישן רײען פֿון קבֿרים און מיט פֿיגוראַטיװע דענקמעלער אַנשטאָט מצבֿות.

אין משך פֿון די דיסקוסיעס האָט פּראָפֿעסאָר קלײן כּסדר באַטאָנט, אַז קײן ספּעציעלע ייִדישע אַרכיטעקטור מיט בולטע אײגענע סטילישטישע סימנים, איז ניטאָ. אַנדערע אָנטײלנעמער האָבן זיך קעגנגעשטעלט, אַז אין פּױלישע און אוקראַיִנישע שטעטלעך קענען די אָרטיקע תּושבֿים גלײַך דערקענען ייִדישע הײַזער, לױט דער פֿאָרם פֿון זײערע טאָפּלטע טירן, װאָס זײַנען צוגעפּאַסט פֿאַרן אַרױסשטעלן סחורה פֿאַר האַנדל. אַזױ אַרום איז די „ייִדישקײט‟ פֿון אַרכיטעקטור אַ רעלאַטיװער באַגריף, װאָס איז אָפּהענגיק פֿון אָרטיקע באַדינגונגען.

אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין רעלאַטיװקײט פֿון „ייִדישע‟ אַרכיטעקטורישע דעטאַלן האָט געגעבן דער ירושלימער קונסטפֿאָרשער סערגײ קראַװצאָװ. ער האָט דערצײלט װעגן דעם אײגנאַרטיקן עלעמענט פֿון פּױלישע שילן. אַרום דעם אַכצנטן יאָרהונדערט הייבט מען אָן בױען שילן מיט אַ סטעליע אין דער פֿאָרם פֿון אַ קופּאָל, װאָס מען זעט פֿון אינעװײניק. דער דאָזיקער קופּאָל איז אָפֿטמאָל געװען באַמאָלט מיט די בילדער פֿון די מזלות (זאָדיאַק).

אין דרױסן אָבער זעט מען ניט קײן קופּאָל, װײַל דער דאַך איז געװײנטלעך געװען אַ דרײַ־עקיקע. אײניקע היסטאָריקער פֿון דער אַרכיטעקטור האָבן אױסגעטײַטשט דעם דאָזיקן קופּאָל װי אַ סימבאָלישע רעפּרעזענטאַציע פֿון הימל אָדער רקיע פֿון מעשׂה־בראשית. אָבער קײן קלאָרע דערקלערונג פֿון דעם דאָזיקן עלעמענט איז ניטאָ. לרובֿ זײַנען די דאָזיקע שילן חרובֿ געוואָרן בעתן חורבן, אָבער מען קאָן זען אַ פּרעכטיקע רעקאָנסטרוקציע פֿון אַזאַ מין קופּאָל־סטעליע אינעם װאַרשעװער מוזײ „פּולין‟.

אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן אין די גרױסע אײראָפּעיִשע שטעט זיך אונטערגענומען צו בױען גרױסע מאָדערנע כאָרשילן. דעמאָלט איז דער קופּאָל געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרם פֿאַרן דאַך. דאָס זעט מען למשל אױף די בילדער פֿון דער גרױסער װאַרשעװער שיל אױף טלאָמאַצקע־גאַס, װאָס די נאַציסטן האָבן צעשטערט בעתן חורבן. אַזאַ שיל זעט אױס ענלעך אױף אַ קלױסטער, און דאָס איז געװען ניט צום האַרצן אײניקע קריסטן. װען מען האָט אױפֿגעבױט די גרױסע מאָסקװער כאָרשיל מיט אַ קופּאָל אױפֿן דאַך, האָט דער ראָש פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער קירך געהײסן מען זאָל זי איבערבױען מיט אַ דרײַ־עקיקן דאַך. ערשט אין די 1990ער האָט מען װידער איבערגעבױט די דאָזיקע שיל מיט אַ קופּאָל אױפֿן דאַך.

ייִדישע אַרכיטעקטן זענען געווען זייער אַקטיוו אין די גרויסע אײראָפּעיִשע שטעט. אין קראָקע אונטער דער עסטרײַכישער און פּױלישער שליטה, אָנהײבנדיק פֿונעם סוף־נײַנצנטן יאָרהונדערט און ביזן סאַמע חורבן, זײַנען געװען טעטיק בערך אַ טוץ ייִדישע אַרכיטעקטן װאָס האָבן לרובֿ געבױט פּריװאַטע הײַזער. אָבער זײערע געבײַדעס האָבן ניט קײן סימנים, װאָס זאָלן זײ אױסצײכענען װי „ייִדישע‟.

די שטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון מיזרח־אײראָפּע האָט זיך שטאַרק געענדערט נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. די נאַציסטן האָבן ספּעציעל חרובֿ געמאַכט שילן און גאַנצע ייִדישע געגנטן. נאָך דער מלחמה, בפֿרט אין די לענדער אונטער דער סאָװעטישער שליטה, האָט מען װײַטער אױסגעמעקט װאָסער ניט איז שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן און פֿאַרבױט די שטחים פֿון ייִדישע בית־עלמינס מיט נײַע הײַזער.

הײַנט איז דער ענין פֿון אָפּהיטן שפּורן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער אַרכיטעקטור אַ הײסע טעמע פֿון עפֿנטלעכע װיכּוחים, װאָס אָפֿט מאָל האָבן אַ פּאָליטישן בײַ־טעם. גרײס מאַהאָני, אַ גראַדויִר־סטודענטקע פֿונעם אוניװערסיטעט פֿון מישיגען, האָט אַנאַליטיש באַטראַכט דעם דענקמאָל, װאָס מען האָט לעצטנס אױפֿגעבױט אין לעמבערג אױפֿן אָרט פֿון דער אַמאָליקער מיטלאַלטערלעכער שיל „די גאָלדענע רױז‟. פֿון דעם דאָזיקן בנין גופֿא איז פֿאַרבליבן בלױז אײן װאַנט מיט צװײ אַרקעס, װאָס מען האָט איברגעלאָזט אָן קײן שינויים. לעבן זײ האָט מען געדיכט אױפֿגעשטעלט פֿלאַכע שװאַרצע שטײנער מיט אױפֿשריפֿטן און בילדער, װאָס זעען אױס ענלעך צו מצבֿות. און האַרט לעבן דער דאָזיקער אָנדענק־חורבֿה האָט מען געעפֿנט אַ רעסטאָראַן מיט „ייִדישע‟ מאכלים, װאָס מאַכט אַן אײַנדרוק פֿון ביליקן קיטש.

דער אַמאָליקער מיטלאַלטערלעכער שיל „די גאָלדענע רױז‟
דער אַמאָליקער מיטלאַלטערלעכער שיל „די גאָלדענע רױז‟

די פּראָבלעם פֿון אָפּהיטן די אַמאָליקע ייִדישע אַרכיטעקטור האָט מסתּםמא ניט קײן אײנציקע אַרומנעמיקע לײזונג. מחיה־מתים זײַן דאָס אַמאָליקע ייִדישן לעבן קאָן מען אַװדאי ניט, אָבער מען דאַרף זוכן מיטלען, װי אַזױ אָפּצוהיטן איר שטעמפּל אין דער הײַנטיקער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט.