„ווײַבערטײַטש‟ לאַנצירט באַלד אַ נײַעם סעזאָן

Vaybertaytsh To Launch a New Season

Vaybertaytsh

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 18, 2019.

נאָך אַן איבעררײַס פֿון פֿינף חדשים, האָט סאָסיע פֿאָקס, די גרינדערין און הויפּט־פּראָדוצענטקע פֿון „ווײַבערטײַטש‟, געלאָזט וויסן, אַז מע וועט די קומענדיקע וואָך אָנהייבן אַרויסלאָזן נײַע עפּיזאָדן פֿונעם פּאָפּולערן פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט אויף ייִדיש.

ווי פֿאָקס דערקלערט אין דער הקדמה פֿונעם נײַעם סעזאָן, האָט זי שטענדיק געוואָלט, אַז „ווײַבערטײַטש‟ זאָל ניט זײַן בלויז די אַרבעט פֿון איין איבערגעגעבענעם מענטש, נאָר אַ קאָלעקטיווער פּראָיעקט. כּדי צו דערגרייכן דעם ציל האָט זי צוזאַמענגעשטעלט אַ מאַנשאַפֿט פֿון פֿיר מיטאַרבעטערינס, יונגע ייִדיש־סטודענטקעס, וואָס וועלן זיך פֿאַרנעמען מיט פֿאַרשידענע פּראָיעקטן אין שײַכות מיט דער פּראָגראַם. אַחוץ די מיטאַרבעטערינס האָט פֿאָקס געמאָלדן וועגן אַ נײַער איניציאַטיוו צו שאַפֿן פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־סטודענטן, אַרײַנגערעכנט פֿולע טראַנסקריפּטן פֿון די קומענדיקע עפּיזאָדן, אין איינעם מיט איבערזעצונגען אויף ענגליש, און לעקציעס באַזירט אויף געוויסע עפּיזאָדן.

די איצטיקע מיטאַרבעטערינס פֿון „ווײַבערטײַטש‟, אַחוץ פֿאָקסן, זענען:

סאַשע חיה־שטערן — אַ גראַדואַנטקע פֿון יעיל־אוניווערסיטעט, וואָס פֿאָרשט אַלטע ייִדישע רעצעפּטן און דזשוליאַ ראָטקאָף אַ סטודענטקע אין „באַרנאַרד־קאָלעדזש‟. ביידע וועלן אַרבעטן אויף קאָמוניקאַציע־ענינים.

מיכל נאָוואַק, אַ סטודענטקע אין באַרנאַרד־קאָלעדזש, וואָס פֿירט אָן מיטן ייִדיש־קלוב אין „קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט‟. זי וועט אַרבעטן אויף די דערציִונג־איניציאַטיוון.

קאַדיע כאַווקין, אַ סטודענטקע אינעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, וועט שאַפֿן געלט פֿאַר דער פּראָגראַם.

שיפֿרה ווײַטמאַן וועט ווײַטער שאַפֿן די עמבלעמען און לאָגאָס פֿאַר „ווײַבערטײַטש‟.