אין די זעכציקער יאָרן, ווען אַ סך פֿון אונדז ייִדישיסטן האָבן געוווינט אין אָדער לעבן די „אַמאַלגאַמייטעד‟־הײַזער אין בראָנקס אָדער אַ מײַל אַוועק אויף ביינברידזש עוועניו, לעבן דער שלום־עליכם שול 21, האָט מען אַ סך מאָל פֿאַרברענגט צוזאַמען, נישט איין מאָל געהאַט טענות איינער צום אַנדערן. נישט געקוקט אויף די אַלע זיבן זאַכן האָט מען זיך געהאַלטן צוזאַמען און די קינדער אונדזערע זײַנען געווען חבֿרים און גערעדט ייִדיש צווישן זיך.
די מעשׂה וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז טאַקע פֿאָרגעקומען אין יענער צײַט. געווען אַ ייִד, אַן אַמעריקאַנער געבוירענער אין די הויכע 30ער, אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, וואָס פֿלעגט נישטערן די מיסטקאַסטנס לעבן דער ייִוואָ־געבײַדע, זוכנדיק ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן ווײַל ער האָט געהאַט אַ חשד אַז ייִוואָ האָט אַרויסגעוואָרפֿן אַלטע געדרוקטע ייִדישע זשורנאַלן און ער איז זיי געגאַנגען ראַטעווען.
צי ס׳האָט אים געפֿעלט אַ קלעפּקע אין קאָפּ ווייס איך נישט; איך ווייס נאָר אַז יעדער גאון האָט זיך זײַן שגעון, פֿלעג איך אים טרעפֿן בײַ יעדער ייִדישער אונטערנעמונג, בײַ יעדער זיצונג פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר, בײַ יעדן יום־טובֿ וואָס דער אַרבעטער־רינג האָט געפּראַוועט. און אַזוי ווי מיר האָבן שוין אַלע חתונה געהאַט אַחוץ אים, איז אים געגאַנגען אין לעבן צו געפֿינען אַ כּלה, אַ ייִדישיסטקע. איז ער אויסגעפֿאָרן אַ וועלט זוכנדיק אַ ייִדישיסטישע כּלה. געווען אין מעקסיקע און אין קאַנאַדע, אין ישׂראל און אַרגענטינע, און אַלץ — אָן דערפֿאָלג. האָט פּאַסירט אַ שיינע מעשׂה, ער האָט זיך באַקענט מיט אַ צוגענגלעך מיידל, אויך אַן אַמעריקאַנער געבוירענע, שוין אַ פֿאַרזעסענע מויד, אַ ביסל באַלײַבט, אָבער אַ ציכטיקע און אַ סימפּאַטישע חברהמאַנטע וועלכע האָט געזוכט אַ חתן, און ביידע האָבן גענומען ראָמאַנסירן. די צרה איז אָבער געווען וואָס זי האָט נישט געקענט קיין ייִדיש וואָרט. וואָזשע טוט מען? אַז ייִדיש איז דאָס הויפּט־מאכל אין אײַנגעמאַכץ, אַז ייִדיש איז דאָס הויפּטגעריכט אויפֿן שבתדיקן טיש, אַז ייִדיש איז די הויפּט מחותּנתטע אויף דער ייִדישער חתונה און גיי טו עפּעס.
אין די זעכציקער יאָרן בין איך אויך געגאַנגען אין ייִדישן לערער־סעמינאַר. וואָזשע טוט דער ייִד? ער האָט געשיקט דאָס אָרעמע מיידל אין לערער־סעמינאַר צו לערנען זיך ייִדיש און איר אָנגעזאָגט, ווען זי וועט זיך אויסלערנען ייִדיש וועט ער מיט איר חתונה האָבן, אָבער בלויז אויב זי וועט אַדורך דעם עקזאַמען. פּונקט דעמאָלט האָב איך זיך באַקענט מיט דער פֿײַנער און איידעלער פֿרוי, וועלכע האָט געליטן גרויסע צרות און זיך פֿאַרשאָלטן די יאָרן ווײַל דאָס ייִדיש איז איר אין איין אויער אַרײַן און אין צווייטן אַרויס. האָב איך זי געטרײסט: „זאָרג זיך נישט, וועסט קענען אַ פּאָר ווערטער, וועט עס אויך טויגן!‟ אָבער זי האָט געכליפּעט: „וואָס זאָל איך טאָן? איך וויל מיט אים חתונה האָבן און איך גיי אַדורך קאַטאָרגע! ער האָט מיך געוואָרנט, אויב נישט ייִדיש, איז אויס שידוך!‟
גיי זאָג איר אַז איר ליובאָווניק איז גערירט אויפֿן גאַנצן ווענטילאַטאָר, אַז ער איז פֿאַנאַטיש אײַנגעגלויבט אין ייִדיש… ס׳האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, רעד צו דער וואַנט, זי האָט געכליפּעט: „איך בין שוין אַ מיידל אין די יאָרן און איך ווער נישט ייִנגער, און ער דרייט מיר אַ קאָפּ מיט אַ ייִדיש־שמידיש ווי ס׳וואָלט געווען עפּעס אַ רעליגיע.‟ גיי זאָג איר אַז ער איז עס נישט ווערט, גיי זאָג איר לאָז אים לויפֿן, גיי זאָג איר ער זאָל זיך קלאַפּן קאָפּ אין וואַנט, אפֿשר וועט ער אויסגלײַכן זײַן פּאָרציע שׂכל.
ס׳האָט געדויערט אַ שפּאָר ביסל צײַט ביז ס׳איז איר געלונגען אַראָפּצושלינגען אַ פּאָר ייִדישע זאַצן, צום סוף איז זי אַדורך דעם עקזאַמען און זיך אויסגעלערנט צו דזשיאַמדזשען אַ פּאָר ייִדישע פֿראַזן, גענוג פֿאַר אים אײַנצושטימען מיט איר חתונה צו האָבן. מזל־טובֿ, זיי האָבן געפּראַוועט די אמתע ייִדישיסטישע חתונה, ס׳רובֿ פֿון די מחותּנים זײַנען טאַקע געווען די אמתע, אַכצן־קאַראַטיקע ייִדישיסטן. דער סוף איז אָבער געווען אַז גלײַך נאָך דער חתונה האָט זי אים אָפּגעטאָן אויף טערקיש און נישט אַרויסגערעדט קיין איין ייִדיש וואָרט און זאָל ער קרענקען…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.