ביזן סוף אַכצנטן יאָרהונדערט איז די שטאָט װאַרשע, דעמאָלט די הױפּטשטאָט פֿון דער פּױליש־ליטװישער מלוכה, געװען פֿאַרװערט פֿאַרן ייִדישן ייִשובֿ. בלױז געצײלטע יחידים, רײַכע סוחרים און ליװעראַנטן פֿון פּױלישע מאַגנאַטן, האָבן געמעגט בלײַבן אין דער שטאָט אױף אַ קורצער צײַט, און פֿאַר יעדן טאָג האָבן זײ געדאַרפֿט באַצאָלן.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין װאַרשע איז שטאַרק געװאַקסן אין משך פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, װען די רוסישע רעגירונג האָט געעפֿנט די שטאָט פֿאַר ייִדן. לרובֿ האָבן זיך די נײַ־געקומענע ייִדן באַזעצט אינעם ראַיאָן מוראַנאָוו אױף צפֿון־מערבֿ פֿון װאַרשע. די גאַסן נאַלעװקעס, קראָכמאַלנע און טלאָמאַצקע זײַנען באַרימט געװאָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ספּעציעל דורך יצחק באַשעװיס, װאָס האָט זײ פֿאַראײביקט אין זײַנע ראָמאַנען, דערצײלונגען און זכרונות.
אַ צאָל ייִדן האָבן אױך געװױנט אין דער מיטל־אַלטערלעכער אַלטער שטאָט בײַם ברעג פֿון דער ווײַסל (װיסלאַ, װיסטולאַ). פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז דאָס געװען אַן אָרעמער און אָפּגעלאָזענער שטאָטטײל, מיט אַלטע צעפֿאַלנדיקע הײַזער און שמאָלע שמוציקע געסלעך, װאָס זײַנען געװען געפֿערלעך בײַ נאַכט. נאָך דער מפּלה פֿונעם װאַרשעװער אױפֿשטאַנד אין 1944 האָבן די דײַטשן לגמרי חרובֿ געמאַכט די אַלטע שטאָט. אָבער אין די 1950ער יאָרן האָבן די פּאָליאַקן זי אױפֿגעבױט פֿון דאָס נײַ און הײַנט איז דאָס דאָס גרעסטע טוריסטן־אָרט אין װאַרשע.
די אַלטע שטאָט פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אין שלום אַשס ראָמאַן „מאָטקע גנבֿ‟” (1916) לייענט מען אַ פֿילפֿאַרביקע שילדערונג פֿון אָט דעם „רעשט פֿון דער מיטל־אַלטערלעכער שטאָט‟: „די אַלטע שטאָט אין װאַרשע באַשטײט פֿון הױכע, שמאָלע, אַלטע הײַזער, װאָס אונדזערע זײדעס פֿאַר הונדערטער יאָרן האָבן זײ אױפֿגעשטעלט.‟ דאָ װילט זיך פֿרעגן: װאָסערע זײדעס? ייִדן האָבן דאָך ניט געמעגט װױנען אין װאַרשע, על אחת כּמה וכמה אױפֿשטעלן הײַזער „פֿאַר הונדערטער יאָרן‟. די הײַזער אין דער אַלטער שטאָט װערן דאָ פֿאָרגעשטעלט אַנדערש פֿון אַנדערע, מאָדערנע געגנטן פֿון װאַרשע: „זײ האָבן קײן הױף, קײן פֿענצטער, קײן ליכט.‟ הױפֿן זײַנען געװען אַ װיכטיקער עלעמענט פֿונעם ייִדישן לעבן אין װאַרשע. זײ ווערן באַשריבן אין די װערק פֿון באַשעװיס, אפֿרים קאַגאַנאָװסקי און שלום אַשס ראָמאַן „װאַרשע‟. אָבער אין „מאָטקע גנבֿ‟ באַטאָנט אַש, אַז דאָס סאַמע אַרכיטעקטורישע פּנים פֿון דער אַלטער שטאָט איז געװען אַנדערש פֿון די אַנדערע שטאָטטײלן.
„אין מיטן מאַרק, אין אַן אַלטן אױסגעטריקנטן ברונעם, װאָס איז אַ מאָל געװען דער שטאָלץ פֿון װאַרשע, שטײט די װאַרשעװער װאַסערנימפֿע — האַלב־פֿרױ, האַלב־פֿיש, דער סימבאָל פֿון דער װאַרשעװער שטאָט.‟ אין דער אמתן איז די דאָזיקע סקולפּטור פֿון װאַסערמײדל, „סירענקע‟, גאָר ניט קײן אַלטע. זי איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן ערשט אינעם צװײטן טײל פֿונעם נײַצנטן יאָרהונדערט, אָבער אַש באַשרײַבט זי װי אַן אוראַלטע, מיסטעריעזע געשטאַלט, אַרומגערינגלט מיט „די הײַזער װי אַלטע, אַטלע זײדעס‟.
אַ שײנע פּאַנאָראַמע פֿון דער אַלטער שטאָט געפֿינט זיך אין י. י. זינגערס נאָװעלע „אַלט־שטאָט‟ (1923). זינגער באַנוצט דאָס װאָרט „מקום‟ װי דער נאָמען, װאָס באַטאָנט די ייִדישקײט פֿון דער אַלטער שטאָט: „דער מקום איז אין דער פֿולער פֿרימאָרגן־באַװעגונג. די שמאָלע גאָטישע פֿענצטער פֿון די הױכע צוזאַמענגעקװעטשטע מױערן דרימלען נאָך אַפֿילו נאָך די רױשיקע זינדיקע ‘װאַך־נעכט’ און קוקן אױף דער װעלט מיט ברודיק־פֿאַרהאָנגענע לײַלעכער און מיט רױטע אונטערקלײדלעך.‟ סײַ אַש און סײַ זינגער באַמאָלן די אַלטע שטאָט װי דער צענטער פֿון קלײן־האַנדל בײַ טאָג און דער אָרט פֿון זנות און הולטײַסטװע בײַ נאַכט.
דער סאַמע זאַפֿטיקער און פּרטימדיקער פּאָרטרעט פֿון דער אַלטער שטאָט איז פֿאַראַן אין אַלטער קאַציזנעס גרױסן ראָמאַן „שטאַרקע און שװאַכע‟ (1929): „אַ מאָל איז דאָ געװען דאָס האַרץ פֿון װאַרשע — אָט דער לאַבירינט פֿון שמאָלינקע געסעלעך צװישן הױכע, גרױע מױערן. איצט איז דאָס אַן אָפּגעלעגן אָרט, אַ פֿאַרצײַטיקער אָנװוּקס אױפֿן גוף פֿון דער הײַנטװעלטיקער שטאָט, װוּ דאָס בלוט פֿליסט אַנדערש און װוּ אַנדערש שלאָגט דער דופֿק. דער מקום — װי ייִדן רופֿן די אַלט־שטאָט — האָט זײַן אײגענעם אָטעם, זײַן אײגענעם לופֿט, װאָס זי גיסט זיך נישט צוזאַמען מיט דער לופֿט פֿון גאַנץ װאַרשע. אױך די אײַנװױנער פֿון מקום האָבן אַן אַנדער אױסזען, סײַ די ייִדן סײַ די קריסטן.‟ קאַציזנע באַטאָנט, ענלעך צו אַש און זינגער, אַז ייִדן האָבן טיפֿע װאָרצלען אין דער אַלטער שטאָט און געהערן צו װאַרשע פּונקט אַזױ די קריסטלעכע תּושבֿים.
שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די אַלטע שטאָט פֿון װאַרשע געװען נאָך חשובֿער אײדער אין דער פּױלישער. די פּױלישע מחברים פֿון יענער צײַט האָבן ניט געשאַפֿן קײן ליטעראַרישע שטאָטפּאָרטרעטן פֿון אַזאַ מין. װאָס זשע האָבן די ייִדישע שרײַבער געװאָלט זאָגן דערמיט? אַ סבֿרה, זײַנען זײ געװען אױסן צו באַװײַזן, אַז ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין װאַרשע מיט הונדערטער יאָרן צוריק, נאָך פֿאַר די צעטײלונגען פֿון פּױלן, און זײַנען ניט נײַ־געקומענע אין דער תּקופֿה פֿון דער רוסישער שליטה. פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט איז דאָס ניט אמת, אָבער פּאָליטיש איז דאָס געװען ניצלעך אין דער צײַט, װען פּױלן איז װידער געװאָרן אומאָפּהענגיק און געװאָלט מחיה־מתים זײַן זײַן אַלטע נאַציאָנאַלע קולטור־ירושה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.