די חתונה פֿון מאַרי רויפּען מיט שמואל אורן אין 1902 האָט זיך אָנגעהויבן ווי געוויינטלעך.
די געסט פֿון די צוויי יונגע ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך שוין געהאַט פֿאַרזאַמלט אין דער שיל „קהילת משה מאָנטעפֿיאָרע‟ און חתן־כּלה האָבן אָנגעהויבן גיין צו דער חופּה. פּלוצלינג לויפֿט צו צו דער כּלה אַ יונגערמאַן, יוסף גאָלדבערג, גליטשט אַ פֿינגערל אַרויף אויף איר פֿינגער און רעציטירט דעם הרי־אַתּ.
ס‘איז געוואָרן אַ גאַנצע בהלה און מע האָט די צערעמאָניע גלײַך אָפּגעשטעלט. איינער האָט געפֿרעגט דעם צווייטן: צי האָט מאַרי בכלל געקענט דעם יוסף גאָלדבערג? איז זי לויטן דין איצט געוואָרן זײַן ווײַב? מאַריס טאַטע־מאַמע האָבן געפֿאָדערט בײַם רבֿ ער זאָל ממשיך זײַן מיט דער צערעמאָניע, מיט שמואל אורן װי דער חתן. דער רבֿ האָט דאָס געטאָן, צוזאָגנדיק זיך צו באַראַטן מיט אַנדערע רבנים כּדי צו געפֿינען אַ פּסק וואָס דערקלערט יוסף גאָלדבערגס אַקציע פֿאַר נישט גילטיק.
די געשיכטע פֿון די דרײַ — רויפּען, אורן און גאָלדבערג — איז אָבער געווען אַ סך מער קאָמפּליצירט. דעם צווייטן טאָג זענען מאַרי און יוסף פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן איז דער שידוך צווישן מאַרי און שמואל באַשטימט געוואָרן פֿון זייערע עלטערן. מאַרי, אַ פֿאַרליבטע אין יוספֿן, האָט אויסגעטראַכט דעם דראַמאַטישן פּלאַן כּדי זיך אַרויסצודרייען פֿונעם שידוך.
צום סוף האָט שמואל, מיט אַ יאָר שפּעטער, זיך געגט מיט איר. דער הלכישער פּלאָנטער איז געלייזט געוואָרן דורך זעכצן רבנים וואָס האָבן, נאָך אַ לענגערן ייִשובֿ־־הדעת, געפּסקנט אַז מאַרי דאַרף קריגן אַ גט פֿון ביידע מענער. יוסף האָט איר אָבער נישט געגעבן קיין גט. ער און זי האָבן זיך באַזעצט אין שיקאַגע וווּ זיי האָבן אין 1904 חתונה געהאַט דורך אַ ציווילער צערעמאָניע.
די דראַמאַטישע געשיכטע האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן סקאַנדאַל — און נישט בלויז בײַ ייִדן. צײַטונגען איבער אַמעריקע האָבן פּובליקירט צענדליקער אַרטיקלען וועגן דעם. איינער פֿון די זעכצן רבנים, הענרי אַדלער, האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ מיוזיקל וועגן דעם וואָס ער האָט בדעה געהאַט צו פּראָדוצירן אויף ייִדיש און דײַטש אין פֿילאַדעלפֿיע און באָלטימאָר. אַדלער האָט געזאָגט אַז ער האָפֿט עס צו אינסצענירן אין אַ טעאַטער אָדער אַנדער מין זאַל. וואָס ס‘איז אַ מאָל געוואָרן פֿון יענעם מיוזיקל ווייסט מען נישט.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט די מעשׂה פֿון אַ יונגער אימיגראַנטקע, איר אָפּגעוואָרפֿענעם מאַן און איר געהיימען ליובאָווניק דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַזאַ אינטערס איבערן לאַנד? צום טייל איז עס זיכער געווען צוליב די דראַמאַטישע מיטלען וואָס מאַרי און יוסף האָבן אויסגעניצט. דאָס דערקלערט אָבער נישט פֿאַר וואָס מע האָט מער ווי אַ יאָר לאַנג גערעדט און געשריבן וועגן דעם.
אין דער אמתן איז די סיבה פֿאַרן אינטערעס געווען אַ סך טיפֿער: די מעשׂה פֿון די דרײַ יונגע לײַט האָט פֿאַרקערפּערט אַן ענין וואָס האָט זיך אויסגעשפּילט אין אָן אַ שיעור חתונות פֿון ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט: דער נצחון פֿון ליבע איבער די שידוך־מינהגים פֿון דער אַלטער היים.
נאָך מיט 150 יאָר פֿריִער, אין דער תּקופֿה פֿון דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציאָנע, איז דאָס נײַע לאַנד געווען אַן אָרט וווּ יונגע לײַט קלײַבן אויס זייער אייגענעם זיווג און האָבן חתונה צוליב ליבע און נישט צוליב אַ התחייבֿות צו טאַטע־מאַמע. די גרויסע אַמעריקאַנער דענקער האָבן אָפֿט פֿאַרבונדן די פֿרײַהייט אויסצוקלײַבן דעם אייגענעם זיווג מיטן פּאָליטישן פּראָיעקט פֿון דעמאָקראַטיע, טענהנדיק אַז אַ דעמאָקראַטישע מדינה איז אַליין ווי אַ זיווג ווײַל דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק קלײַבט אויס אַ רעגירונג וואָס זי האָט ליב. לויט דעם פּאַראַלעל זענען די שידוכים אַראַנזשירט פֿון טאַטע־מאַמע געווען געגליכן צו אַ דיקטאַטאָרישער רעגירונג — אַ זאַך וואָס שטעלט זיך קעגן די אַמעריקאַנער ווערטן פֿון פֿרײַהייט און גלײַכהייט און וואָס מע דאַרף אויסמײַדן מיט אַלע כּוחות. דאָס אויסקלײַבן דעם אייגענעם מאַן אָדער פֿרוי איז געוואָרן אַ קאָנקרעטער מיטל ווי זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין אַן עכטן אַמעריקאַנער.
בײַם אָנהייב צוואָנציקסטן יאָרהונדערט, בעת מיליאָנען ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן אַרײַנגעשטראָמט אין אַמעריקע האָבן זיי אין גיכן פֿאַרשטאַנען די װיכטיקײט בײַ אַמעריקאַנער חתונה צו האָבן דורך ליבע. זיי האָבן אײַנגעזען אַז די גערעדטע שידוכים, וואָס זענען נאָך געווען זייער פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן אין אייראָפּע, האָבן דאָ אין דער גאָלדענער מדינה אויסגעזען בפֿירוש נישט־אַמעריקאַניש.
ווי איינער האָט דעמאָלט געשריבן, האָט דאָס צונויפֿפֿירן יונגע לײַט דורך די עלטערן אויסגעזען „זייער מאָדנע אין דעם לאַנד פֿון פֿרײַהייט וווּ יונגע לײַט גייען אויף ראַנדקעס אין די זונטיקדיקע אָוונטן‟. דאָס אָננעמען דעם אַמעריקאַנער צוגאַנג צום חתונה האָבן איז געווען אַ מוזזאַך אויב מע האָט געוואָלט אָנגענומען ווערן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
איז דעריבער נישט קיין חידוש וואָס יונגע מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן האָבן דעמאָלט אַזוי דעמאָנסטראַטיוו דערקלערט זייער פּרעפֿערענץ פֿאַר ליבע־שידוכים. אַנזיאַ יעציערסקאַס האַלב־אויטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן, Bread Givers [די ברויטגעבער], פּובליקירט אין 1925, דערציילט די מעשׂה פֿון אַ מיידל, שׂרה סמאָלינסקי, וואָס שטעלט זיך אַנטקעגן איר שטרענג טראַדיציאָנעלן טאַטן. הגם ער האָט שוין געהאַט באַשלאָסן דעם שידוך פֿאַר אירע דרײַ עלטערע שוועסטער, לאָזט שׂרה אים נישט טאָן דאָס זעלבע מיט איר.
„דאַנקען גאָט וואָס איך וווין נישט אין די אַלט־פֿרענקישע צײַטן! דאַנקען גאָט וואָס איך וווין אין אַמעריקע!‟ שרײַט זי. „דו באַהערשסט דאָס לעבן פֿון דײַנע אַנדערע קינדער אָבער איך וועל באַהערשן מײַן אייגן לעבן!‟
די צוזאַמענשטויסן צווישן דעם עלטערן און ייִנגערן דור איבערן חתונה האָבן זענען געוואָרן סימבאָלן פֿון דעם פֿאַרלאַנג זיך צו אַמעריקאַניזירן בכלל. די יונגע ייִדישע אימיגראַנטן האָבן פֿאַרשטאַנען אַז דאָס אויסקלײַבן אַן אייגענעם זיווג וועט זיי באַצייכענען ווי פֿולע אַמעריקאַנער, און דערפֿאַר האָבן זיי עפֿנטלעך געקעמפֿט דערפֿאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.