די פּרשה טראָגט דעם נאָמען פֿון קורח, דער לעגענדאַרער אויפֿשטענדלער קעגן משה רבינו, איינע פֿון די סאַמע קאָנטראָווערסאַלע פֿיגורן אין תּנ״ך.
קורח איז נישט געווען צופֿרידן מיט משה רבינוס ראָלע ווי דער איינציקער מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. צוזאַמען מיט זײַנע מיטדענקער האָט ער געטענהט, אַז משה טאָר זיך ניט האַלטן העכער, ווײַל אַלע ייִדן זענען גלײַך. משה רבינו האָט פֿאָרגעלייגט קורחן און זײַנע חבֿרים צו ברענגען אַ קטורת אינעם משכּן. די ערד האָט אײַנגעשלונגען קורחן מיט זײַנע הויפּט־שותּפֿים, און די אַנדערע באַטייליקטע אינעם מחלוקת זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער.
פֿון דעסט וועגן, באַטאָנט דער מדרש, אַז אין משיחס צײַטן וועט קורח ווערן דער כּהן־הגדול אַנשטאָט אַהרן. דער איזשביצער רבי און אַ צאָל אַנדערע חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז קורח איז געווען, אין פּרינציפּ, גערעכט לויט דער צוקונפֿטיקער לאָגיק פֿון די משיחישע צײַטן. אין משה רבינוס דור איז זײַן טענה אָבער געווען זייער אַ דעסטרוקטיווע.
דעם הײַנטיקן שבת, ג׳ תּמוז, פֿאַלט אויס דער 25סטער יאָרצײַט פֿון אַ גרויסן הײַנטצײַטיקן חסידישן מנהיג — דעם ליובאַוויטשער רבין מנחם־מענדל שניאורסאָן זצ״ל (1902-1994). זײַן טעטיקייט האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ שאַרף מחלוקת. אין פֿאַרגלײַך מיט קורחן, איז די סיבה אַ פֿאַרקערטע. די קריטיקער טענהן, אַז דער ליובאַוויטשער רבי האָט זיך פּאָזיציאָנירט ווי משה רבינו פֿונעם גאַנצן דור און אַפֿילו ווי מלך המשיח אַליין. די קריטיקער טענהן אויך, אַז דער רבי האָט אָפּגעווײַכט פֿונעם טראַדיציאָנעלן דרך פֿון די פֿריִערדיקע ליובאַוויטשער רביים און פֿאַרוואַנדלט זײַן באַוועגונג פֿון אַ טיפּישער חסידישער גרופּע אין אַ מין מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע מיט אַ מיסטישן טעם.
דער משיחישער עלעמענט רופֿט אַרויס אַ באַזונדערע טענה. אַ גרויסע צאָל ליובאַוויטשער חסידים, אָפֿן אָדער באַהאַלטענערהייט, גלייבן באמונה־שלמה, אַז זייער רבי איז משיח. אַ טייל מיינען, אַז ער לעבט נאָך, אַ טייל — אַז ער וועט צוריקקומען פֿון די טויטע. געוויסע עקסטרעמע שטראָמען פֿונעם ליובאַוויטשער משיחיזם דערמאָנען אין דער קריסטלעכער רעליגיע.
אין דער אמתן, זענען ראַדיקאַלע משיחישע געדאַנקען בנימצא שוין אין די ווערק פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין, דובֿ־בער שניאורי. זייער בולט באַווײַזן זיי זיך אינעם ספֿר „ליקוטי דיבורים‟ פֿון יוסף־יצחק שניאורסאָן (ריי״ץ), דעם שווער פֿונעם לעצטנס רבין. דער ריי‟ץ שילדערט משיחן ווי דאָס ליכט פֿון עצם־געטלעכקייט (אור עצמי) און שרײַבט, אַז נאָך תּחית־המתים וועט משיח מישפּטן אַלע לעבעדיקע און טויטע.
באַקומט זיך, אַז דער לעצטער רבי האָט בלויז פּאָפּולאַריזירט און פֿאַרברייטערט די משיחישע געדאַנקען פֿון זײַנע פֿאָרגייער. צי ער האָט בײַם סוף פֿון זײַן לעבן, נאָכן שווערן מוח־אַטאַק אין 1992, זיך אַליין באַטראַכט ווי משיח, בלײַבט אַן אָפֿענע קשיא.
דער רבי האָט זיך בפֿירוש געהאַלטן פֿאַר אַן אַנטי־ציוניסט. אין דער זעלבער צײַט, באַמערקט ער אין זײַנע בריוו, אַז דאָס אָפּגעבן די אָקופּירטע שטחים איז געווען סכּנותדיק פֿון דער מיליטערישער פּערספּעקטיוו — סײַדן דער פּאָליטישער מצבֿ וועט זיך בײַטן. צוליב אַזאַ געמיש פֿון די דעות, האָט חב״ד צוגעצויגן אַ סך עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס און אַרויסגערופֿן קללות מצד די אַנטי־ציוניסטישע חסידישע קרײַזן, וווּ מע שעלט אים צומאָל ווי אַן „אַפּיקורס‟, „שמדניק ימח־שמו‟, וכּדומה. צום באַדויערן, איז די דאָזיקע סענסיטיווע טעמע באַוואַקסן מיט אויסטראַכטענישן פֿון אַלע זײַטן און פֿאָדערט אַן ערנסטע פֿאָרשונג אויפֿן סמך פֿון אויטענטישע דאָקומענטן.
אַ געבוירענער אין ניקאָלאַיעוו, דרום־אוקראַיִנע, האָט דער ליובאַוויטשער רבי גערעדט אויף אַ געמישטן דיאַלעקט פֿון ייִדיש מיט אַ שטיקל היפּערקאָרעקציע. ער האָט געפּרוּווט רעדן מער רײַסיש־ליטוויש, ווי די ליטקאַוועס אַליין. זײַן וואָקאַבולאַר איז געווען זייער אַ רײַכער; ס׳איז קלאָר, אַז ער איז געווען גוט באַקאַנט מיט וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. אין זײַנע שׂיחות — וואָס ער האָט פּרינציפּיעל געהאַלטן דווקא אויף ייִדיש - און אין זײַנע בריוו באַנוצט ער זיך אָפֿט מיט אַזעלכע מאָדערנע אויסדרוקן, ווי “קאַרדינאַלער אונטערשייד” אָדער “ראַדיקאַלע סאָציאַליסטן”.
אין אַ בריוו צו די ישיבֿה־מנהיגים אין כּפֿר־חב״ד אין ארץ־ישׂראל באַטאָנט ער, אַז ייִדיש מוז מען אָפּהיטן במסירת־נפֿש און בשום־אופֿן נישט בײַטן אויף העברעיִש. דער רבי האָט באַטאָנט, אַז די באַקאַנטע ראָשי־תּיבֿות “ל״א” מוז מען אָפּטײַטשן נישט ווי “לשון־אַשכּנז”, נאָר ווי “לשון־אידיש”, ווײַל ייִדיש איז נישט קיין “דײַטשישער דיאַלעקט”, אָבער אַן עכטע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
ס׳איז אַ שאָד, אַז ס׳רובֿ הײַנטיקע ליובאַוויטשער איגנאָרירן דעם דאָזיקן אָנזאָג פֿון זייער רבין, וועלכער האָט איבערגעלאָזט צענדליקער בענדער ווערק אויף ייִדיש. אַנשטאָט צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂיות און קאָנטראָווערסיעס, איז כּדאַי צו געדענקען דעם ליובאַוויטשער רבין ווי אַ געטרײַען שטיצער פֿון אונדזער שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.