זינגט צוזאַמען מיט פּערלען: לידער וועגן חיות

 Paula's Singalong: Songs About the Animal Kingdom

Paula Teitelbaum

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published July 18, 2019.

די באַקאַנטע ייִדיש־לערערין און זינגערין פּערל טייטלבוים וועט אָנפֿירן מיט אַן אייגנאַרטיקן זינגערײַ פֿון לידער פֿאַרבונדן מיט חיות.

דאָס זינגערײַ וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 24סטן יולי 2019, 6:30 אין אָוונט בײַם אַרבעטער רינג אין מאַנהעטן.

צווישן די לידער וואָס זי וועט אויסלערנען דעם עולם איז איינס וועגן אַ הינטעלע וואָס וויל נעבעך נישט גיין אין שול; אַ צווייטס וועגן אַ בער וואָס טראָגט וואַסער פֿון ברונעם, און נאָך איינס וועגן אָקסן וואָס בראָקן לאָקשן. די לידער וועלן באַקענען דעם עולם אויף אַ בילדערישן אופֿן מיטן לעבן־שטייגער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק במשך פֿון הונדערטער יאָרן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע.

דאָס קינדערביכל, “אַ מעשׁה מיט אַ קעצל”, אַרויסגעלאָזט אין אָדעס אין 1935
Workmen's Circle
דאָס קינדערביכל, “אַ מעשׁה מיט אַ קעצל”, אַרויסגעלאָזט אין אָדעס אין 1935

פּערל וועט לערנען סײַ פֿאָלקסלידער, סײַ לידער פֿון מיכל געלבאַרט, שלום סעקונדאַ, מרדכי געבירטיג און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. יעדער באַטייליקטער וועט באַקומען דעם ייִדישן טעקסט, ווי אויך אויף טראַנסקריפּציע און מיט דער ענגלישער איבערזעצונג.

דער פּרײַז פֿון אַרײַנטריט איז $10. פֿאַר מיטגלידער פֿון אַרבעטער רינג און ייִדיש־סטודענטן איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

אַלע מוזן זיך אָבער רעגיסטרירן פֿון פֿריִער. קוועטשט דאָ כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן.