פֿון דזשאָש טאַפּער (Forward)
ס׳זעט אויס, אַז די חסידים און די אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס קאָנען זיך נישט צונויפֿרעדן.
Read More
פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן
אויף דעם צווייטן אַלרוסלענדישן פֿעסטיוואַל פֿון מאָדערנער כאָר־ און טעאַטער־קונסט איז אויסגעפֿילן געוואָרן די סויִטע „ר׳ טבֿיה‟; דער צענטער „ספֿר‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך, „זײַטן פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון גרוזינער ייִדן‟.
Read More
פֿון קאָבי ווײַצנער
מילאָשעווסקיס ראָמאַן נוצט אויס דעם שפּאַנענדיקן סוזשעט, כּדי צו דערמאָנען די געשעענישן, וואָס אַ סך פּאָליאַקן האָבן ליב צו פֿאַרשווײַגן, כאָטש זיי ווייסן, אַז די מערדער פֿון ייִדן זענען געווען נישט נאָר די דײַטשן.
Read More
פֿון „פֿאָרווערטס”־רעדאַקציע
די דענישע ייִדן בלײַבן רויִק, נישט געקוקט אויפֿן בלוטיקן אָנפֿאַל אויף דער שיל.
Read More
פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע
דער מחבר פֿון די חורבן־זכרונות בעט דעם פּרעזידענט אָנצונעמען דעם פּרעמיער, אָבער כּמעט אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער זענען נישט צופֿרידן דערמיט.
Read More
פֿון ייִט״אַ
דער קופּאָל־באַצירטער היסטאָרישער בנין וועט דינען ווי אַ דענקמאָל צו די פֿאַרטיליקטע אָרטיקע ייִדן.
Read More
פֿון ייִט״אַ
דעם קומענדיקן זונטיק, קלײַבט זיך רוסלאַנד אַרויסציִען די שווערע אַרטילעריע פֿון די קאָנפֿליקט־ראַיאָנען.
Read More
פֿון ייִט״אַ
די קאָנטראָווערסאַלע מיליץ פּלאַנירט צו באַקעמפֿן די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן אין קוועבעק און צו העלפֿן דער „קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי‟ צו געווינען די וואַלן.
Read More
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר טרעפֿט זיך מיט דער „דאַיאַ‟; מע דאַרף נאָך װאַרטן 10 טעג ביז די פּאַלמעס־אַנאַליז פֿונעם פּראָקוראָר ניסמאַן װעט צוגעשטעלט װערן דער ריכטערין.
Read More
פֿון ייִט״אַ
אויס פּראָטעסט, האָט אַ גרופּע ייִדישע פֿירער דערקלערט, אַז זיי וועלן גרינדן זייער אייגענע עקספּערטן־קאָמיסיע.
Read More