פֿון ייִט״אַ
דער ריזיקער עולם אויף דער 4־טאָגיקער קאָנפֿערענץ איז אַ חידוש, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ס׳איז לעצטנס שטאַרק געוואַקסן די עליה פֿון רוסישע ייִדן קיין ישׂראל.
Read More
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
דער ציל פֿונעם נאַציאָנאַלן סעמינאַר איז געװען צו פֿאַרשפּרייטן און סטימולירן ייִדיש־לימוד און ייִדיש־פֿאָרשונג ספּעציעל פֿאַר די קהילות פֿון אינערן פֿון לאַנד.
Read More
פֿון שׂרה זילבערמאַן
„ייִדן אױף רעדער“ שענקט ברייטהאַרציקע מתּנה דער ראַטיר־אָרגאַניזאַציע „הצלה‟; אַן אױסטראַלישער ייִד ווערט אַרײַנגענומען אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן זאַל פֿון באַרימטקײטן‟ בײַם סוחרים־קאָנגרעס.
Read More
פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע
דער מוזיי ווערט געלויבט ווי „אַ פֿאַרכאַפּנדיק אָרט‟ צו קלערן, ווי אַ קאָ־עקזיסטענץ האָט כּמעט גורם געווען די פֿאַרניכטונג פֿון אַ פֿאָלק און קולטור.
Read More
פֿון קאָבי ווײַצנער
דראַמאַטורג פּאַוועל דעמירסקי אַרבעט אויף אַ מיוזיקל וועגן דער אַנטי־ייִדישער קאַמפּאַניע פֿון 1968; פּאָליאַקן זענען טיילווײַז שולדיק אין דער פֿאַלשער פֿראַזע, „פּוילישע טויטלאַגערן‟.
Read More
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
זון פֿון באַרימטער ייִדישער פּסיכאָטעראַפּעווטין האַלט לעקציע אין בוענאָס־אײַרעס; יוסטיץ רעווידירט וואַל־דאָקומענטן פֿון ייִדישער קהילה צוליב באַשולדיקונג פֿון אומלעגאַלע מעשׂים; בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן צווישן אַרגענטינע און ישׂראל ווערן דיסקוטירט.
Read More
פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן
צוויי אונטערנעמונגען לכּבֿוד מענטשן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דעם חורבן; נײַע ספֿרדישע שיל אין קאָטעלניקי; מאָסקווער ייִדישער טעאַטער „שלום‟ שליסט זיך אָן אין „אונעסקאָ‟.
Read More
פֿון קאָבי ווײַצנער
הונדערטער חסידים קומען אויף קבֿר־אָבֿות צו ר׳ אלימלך פֿון ליזשענסק; פּאָליאַק, וואָס האָט געראַטעוועט רעשטל פֿון געטאָ־מויער, איז געשטאָרבן.
Read More
פֿון שׂרה זילבערמאַן
קונסט־אױסשטעלונג „מיט אײן פּענזל“ װידער אַ זײַל פֿון ייִדישן פֿעסטיװאַל „אין איין קול‟; ערשטע פֿרוי אָנצופֿירן מיט „אויסטראַלישער ציוניסטישער פֿעדעראַציע‟ איז ניפֿטר געוואָרן.
Read More
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
אַרגענטינער לאַוראַט פֿון נאָבעל־פּרעמיע אין 1980 לייגט פֿאָר צוטיילן פּרעמיע דעם טעראָריסט מאַרװאַן באַרגוטי; אַ ייִדיש בוך לידער ווערט איבערגעגעבן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ.
Read More