ליטעראַטור


עדיטאָריאַל

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

ייִדישע גאַליציע אין דער דײַטשישער ליטעראַטור

דער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל “חילופֿים”, וואָס גייט אַרויס אין זאַלצבורג און איז געווידמעט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, באַטראַכט די ירושה פֿון דער גאַליציאַנער דײַטשיש־ייִדישער ליטעראַטור און, קודם־כּל, פֿון קאַרל עמיל פֿראַנצאָז (1847—1904), נתן סאַמועלי (1846—1921) און דעם פּוילישן מחבר ווילהעלם פֿעלדמאַן (1868—1919).Read More


אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן חיים זשיטלאָווסקי

פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין יאָר 2004 האָב איך געהאַט אַ שמועס מיט איטשע גאָלדבערגן — איך בין זיכער, אַז ס’רובֿ לייענער פֿון “פֿאָרווערטס” געדענקען דעם נאָמען פֿון אָט דעם איבערגעגעבענעם טוער פֿאַר ייִדישער קולטור. איטשע איז דעמאָלט געוואָרן 100 יאָר אַלט, אָבער פֿלעגט נאָך קומען אין דעם ביוראָ פֿון דער “חיים זשיטלאָווסקי פֿונדאַציע”, מיט וועלכער ער האָט אָנגעפֿירט. דעמאָלט, בעת אונדזער שמועס האָט ער מיר געזאָגט, אַז דווקא זשיטלאָווסקי איז געווען דער מענטש, וואָס האָט געהאַט די גרעסטע אידעאָלאָגישע השפּעה אויף אים.Read More


אויב דו רופֿסט זיך אָן "אייניקל", זײַ ניט ברוגז אויפֿן "זיידע" מענדעלע

פֿון משה לעמסטער

דעם 8טן דעצעמבער ווערט 95 יאָר זינט מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט פֿאַרלאָזט אונדזער זינדיקע ערד. און מיט עטלעכע וואָכן שפּע­טער, דעם 2טן יאַנואַרw קומט זײַן געבורטס­טאָג. וואָס פֿאַר אַ מענטש איז ער געווען? צי האָבן די ערן־טיטלען: „קלאַסיקער”, „זיידע” — ניט פֿאַרשטעלט פֿאַר אונדז זײַנע מענטשלע­כע מעלות און חסרונות, די סתּירות פֿון זײַן מענטשלעכער נאַטור?Read More