כאַפּ אַרויס דאָס שיסערל, און שיס!

Just Grab That Pistol and Shoot

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 20, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

די מלחמות וואָס די אַמעריקאַנער האָבן געפֿירט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען געווען ערגעץ איבער די הרי חושך, אין קאָרייע, וויעטנאַם, וואָס קיינער פֿון די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן איז נישט געווען באַקאַנט מיט דער געאָגראַפֿישער מאַפּע און נישט געוווּסט צומאָל וווּ דעם שׂונאס לאַנד געפֿינט זיך, און ווער אין דער אמתן באַדראָט אונדזער לעבנסשטײַגער.

אַפֿגאַניסטאַן, איראַק, די צווייטע טעג יום־טובֿ, וווּ? ווען? צו וואָס? ווער האָט דערפֿירט צו דער שרעק פֿאַרן ווײַסן בער מיט דער רויטער פֿאָן?

דערווײַל פֿאַלן קרבנות, טרומנעס מיט טויטע סאָלדאַטן, אײַנגעוויקלטע אין אַמעריקאַנער פֿענער פֿאַרזײַען די בית־עלמינס, מ’גיט זיי אָפּ כּיבודים, העלדן, געפֿאַלענע פֿאַר אונדזער פֿאָטער־לאַנד, אונדזערע העלדן.

וואָס טויג דאָ נישט? ס’איז אַ קרומער שפּיגל, די מלחמות פֿירט מען אויסערן לאַנד. די צרה איז, אַז קיינער איז אונדז נישט באַפֿאַלן און נישט גורם געווען קיין איבערקערעניש.

די אַמעריקאַנער האָבן נישט דורכגעלעבט אויף דער אייגענער הויט דאָס אויפֿרײַסן פֿון באָמבעס, די ברוטאַליטעט פֿון שׂונאים, די פֿאַרניכטונג פֿון הײַזער, הונגער, נויט, פֿאַרלוסט פֿון אייגענע משפּחות און דעם אומקום פֿון קליינע קינדער.

אַ חוץ דעם אויפֿרײַס פֿון די צוויי האַנדל־צענטערס דעם עלפֿטן סעפּטעמבער 2001… דאָס האָט פֿאַראייניקט דאָס פֿאָלק.

נאָכן אומגליק האָבן די אַמעריקאַנער גענומען בענקען נאָכן פּאַטריאָטיזם וואָס זאָל פֿאַראייניקן דאָס פֿאָלק.

העלפֿט אונדז אַרויס דערמיט די וואָפֿן־אינדוסטריע. לאָמיר דערווײַל פּראַקטיצירן אויף דער אייגענער מכּה אונטערן אָרעם, שיסן קינדער, צעלומיען אומשולדיקע קינאָ־צושויער, אויפֿרײַסן באָמבעס אין באָסטאָנער מאַראַטאָן־פֿאַרמעסט, אייגענע און פֿרעמדע שׂונאים — אַלץ איינס, אויב עס פֿעלט אונדז אַן אָנפֿאַל פֿון דרויסן, פֿירן מיר די קאַמפֿן צווישן זיך אַליין.

אייראָפּע, וועלכע האָט געליטן פֿון ביידע וועלט־מלחמות אויף אייגענע טעריטאָריעס, דערלויבט נישט זייערע בירגער אַרומצולויפֿן אין די גאַסן מיט הייס געווער. דאָרט האַלט מען געווער אונטער וואַך און שלאָס.