כאַפּ אַרויס דאָס שיסערל, און שיס!

Just Grab That Pistol and Shoot

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 20, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

דער צווייטער און דריטער דור אייראָפּייער ווייסן צו היטן זיך פֿון אָנפֿאַלן. דערווײַל איז דער זכּרון בײַ זיי אין טאַקט. בלויז דעם הערשער פֿון מאָסקווע האָט זיך פֿאַרגלוסט אַ שטיקעלע בלוט־באָד אין אוקראַיִנע, און דער שוידער איז גרויס אין אייראָפּע, וואָס געדענקט גוט היטלערן און סטאַלינען.

אונדזער שכן קאַנאַדע איז פֿרידלעך, פֿון דאָרט לויערט נישט קיין סכּנה. מעקסיקע האָט זיך אירע אייגענע צרות פֿון דער נאַרקאָטיק־אינדוסטריע, דאָרט פֿאַלן טעגלעכע קרבנות, אָבער מיר זײַנען גוט באַשיצט.

קובאַ האַלט זיך אויף אַ צוקער־שנירל, פֿידעל קאַסטראָ האָט שוין באַרויִקט אַלע זײַנע אַפּעטיטן פֿון מאַכט און גלאָריע. האַיִטי איז אויף געהאַקטע וווּנדן נאָך דער ערד־ציטערניש, אַזוי אַז מיר זײַנען באַשיצט פֿון אונדזערע שכנים.

הײַנט דאַרפֿט אַפֿילו נישט אַרײַנמאַרשירן קיין מיליטער. די טעכנאָלאָגיע איז גרויס, מען איז שוין בכּוח צו שיקן די מלאך־המותדיקע ראַקעטן „פּאַר־אַוויאָן‟, דורך דער לופֿט.

אויפֿן אַפֿריקאַנער קאָנטינענט גיסט זיך בלוט ווי פֿון פֿעסער. בלויז בײַ אונדז איז שאַ־שטיל, דאָס פֿאָלק בענקט נאָך מלחמה, אויב נישט פֿון דרויסן איז פֿון אינעווייניק, מיט דער שטיצע פֿון אונדזער רעגירונג, די געווער־אינדוסטריע, און די הונדערטער „לאַביס‟, וואָס שלעפּן די דעמאָקראַטיע בײַ די פּאָלעס, און רויִנירן אַ ווויל לאַנד, אַ גוט לאַנד, אַ לאַנד וואָס האָט געשאַפֿן די מענטשלעכסטע פֿרײַהײַטן, און ווער פֿאַרגינט אונדז נישט? די אייגענע שׂונאים. אַלץ ליגט אין די הענט פֿון אונדזערע פּאָליטיקער, וועלכע רעאַגירן אפֿילו נישט ווען דאָס לאַנד איז אין סכּנה.

ווי האָט אין די דרײַסיקער יאָרן אַמאָל געזאָגט מיט גרויס איראָניע אונדזער באַליבטער הומאָריסט משה נאַדיר וועגן פּאָליטיק:

„פּאָליטיק איז בײַ אונדז אַ ביזנעס ווי אַלע געשעפֿטן. גיט מיר אַוועק אײַער שטוב, זאָגט דער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, וועל איך דערפֿאַר אײַך צוריקגעבן דעם קוימען. אַנטלײַט מיר אײַער לעבן, זאָגט דער סענאַט, וועלן מיר עס אײַך אָפּגעבן אויף אויסצאָלן אין ראַטעס. באָרגט אונדז אויף דער בלינדער נאַכט די געפֿאַלענע ווײַסקייט פֿון אײַער שניי, זאָגט דאָס העכסטע געריכט פֿון לאַנד, וועלן מיר אײַך אָפּגעבן אַ בלאָטע אויף שבועות.‟

נישט בחינם לײַדט דאָס לאַנד פֿון אַ תּהום צווישן אָרעם און רײַך. איך האָב אויף אונדז אַלע רחמנות.