קורדיסטאַן שנײַדט זיך אויף אַ מדינה

The New State of ... Kurdistan?

איראַקער קורדישע פֿרויען קאָכן אין אַ מעטשעט  אין דער קורדישער הויפּשטאָט אַרביל. די פֿרויען זענען אַנטלאָפֿן מיט זייערע משפּחות פֿון אַ פֿאַרכאַפּטער פּראָווינץ.
Getty Images
איראַקער קורדישע פֿרויען קאָכן אין אַ מעטשעט אין דער קורדישער הויפּשטאָט אַרביל. די פֿרויען זענען אַנטלאָפֿן מיט זייערע משפּחות פֿון אַ פֿאַרכאַפּטער פּראָווינץ.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 27, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דעם סוף-וואָך האָבן מײַן ווײַב און איך פֿאַרבראַכט אין דרום-ענגלאַנד, בײַם ים. און דעם „סאַנדי טײַמס‟ האָט מען מיר געבראַכט אין האָטעל, וווּ מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט. סײַ אין דעם האָטעל און סײַ בײַם ים האָט מען געהערט כּלערליי שפּראַכן און געזען פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע צי רעליגיעזע מינים בגדים. דאָס איז אַן אָרט, באַליבט דורך די חסידים און מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע ייִדן. דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, פּויליש און אַזוי ווײַטער ווערט איבערגעמישט מיט אַראַביש און אַנדערע שפּראַכן פֿון אינדיע, פּאַקיסטאַן, באַנגלאַדעש וכ׳ — די שפּראַכן, וועלכע איך קען ניט אידענטיפֿיצירן. די שטימונג איז אַ גוטע, אַ פֿרײַנדלעכע. אַזוי אַז אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס אַ מוסולמענישער בחור, אַ סטודענט, אַ זון פֿון גאָר ניט מיליטאַנטישע עלטערן, וואַרפֿט אַלץ און פֿאָרט קעמפֿן און אפֿשר שטאַרבן פֿאַר עפּעס אַן אויסגעחלומטן כאַליפֿאַט. עס שרעקט אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ קעמפֿער, מישטיינס געזאָגט, קען זיך אומקערן (און אייניקע האָבן זיך שוין אומגעקערט) און אָנטאָן צרות אין ענגלאַנד גופֿא.

און די דריטע טעמע, פֿאַרבונדן מיט איראַק, איז דער דערפֿאָלג פֿון די בריטישע אונטערנעמער, וועלכע האָבן אַרײַנגעלייגט געלט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער נאַפֿט-אינדוסטריע אין קורדיסטאַן. דאָס איז, אין אַ גרויסער מאָס, אַ בריטישער פּראָיעקט. דער מענטש, וואָס פֿירט אָן מיט דער דאָזיקער אינדוסטריע אין דער קורדישער רעגירונג, איז אויך אַ שטיקל בריטישער. אַשטי האַוראַמי האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אין בריטאַניע, וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע, טאַקע אין דעם געביט פֿון נאַפֿט-אינזשענירונג, און זיך אַרויפֿגעאַרבעט אין דעם פֿאַך.

דורך אויפֿבויען און פֿאַרזיכערן אַן עקאָנאָמישן יסוד, האָבן די פֿירער פֿון קורדיסטאַן זיך צוגעגרייט צו אַ מאָמענט, ווען עס וועט זיך באַווײַזן אַ שאַנס איבערצוהאַקן דעם נאָפּלשנור, וואָס פֿאַרבינדט קורדיסטאַן מיט באַגדאַד; בפֿרט נאָך, אַז די איצטיקע רעגירונג פֿירט זיך אויף גלײַך ווי זי שטעלט פֿאָר נאָר די אינטערעסן פֿון די שיִיִטישע אַראַבער. גלײַכצײַטיק קען אַן אומאָפּהענגיקער קורדיסטאַן ברענגען נײַע פּראָבלעמען, ווײַל נאָר אַ קליינער חלק פֿון די קורדן, 5 מיליאָן פֿון די בסך-הכּל 40 מיליאָן, באַפֿעלקערן די איראַקישע געגנטן. די איבעריקע זײַנען קאָנצענטרירט אין טערקײַ, איראַן און סיריע.

אַ סבֿרא, אַז ישׂראל וואָלט ניט געווען קעגן דעם, עס זאָל זיך אויף דער מאַפּע באַווײַזן אַ פּאָטענציעל פֿרײַנדלעכע מדינה — קורדיסטאַן, בעסער מיט אַ טייל פֿון סיריע אין איר באַשטאַנד.