סצענעס פֿון אַ סאָוועטיש־ייִדיש שטעטל פֿון די 1920ער

Scenes of A Soviet Shtetl in the 1920s


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 01, 2014, issue of October 24, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַן אַנדער תּלמיד האָט פֿאַרשריבן:

אין קראָם איז אַ גרויסער טומל. די ווײַבער שרײַען: „גיט מיר גיכער פֿלייש! איך דאַרף נאָך הייצן אין אויוון‟. „אוי, איך האָב פֿאַרגעסן קויפֿן ליכט‟. „אוי, אוי, גיט גיכער, איך בין גאָר געבליבן אָן גאַזע‟. דער קרעמער אײַלט זיך צומאַכן די קראָם, ער זאָל ניט פֿאַרשפּעטיקן אַ שבת. […]

אין דער פֿרי. ייִדן זײַנען געקומען פֿון שול. זיי טוען אויס די טליתים. די פֿרויען נעמען אַרויס די פֿעטע הייסע ציקאָריע און מע זעצט זיך טרינקען.

ווען מע עסט אָפּ, שטעלן זיך די פֿרויען רײַבן רעטעך אויף וואַרמעס. נאָך וואַרמעס לייגן זיך די ייִדן שלאָפֿן. אַז זיי שלאָפֿן זיך גוט אויס, גייען זיי צו גאַסט איינער צום צווייטן אַ שמועס טאָן איינער מיטן צווייטן.

אָט אַזעלכע — און אַ היפּש ביסל אַנדערע — בילדער פֿונעם שטעטלדיקן לעבן, אין אַ יאָרצענדליק נאָך דער רעוואָלוציע, האָבן זיך אָפּגעהיט אין אָט דעם פּעדאַגאָגישן בוך.

ווי אַזוי האָט זיך עס באַקומען, אַז אַ סאָוועטישער פֿאַרלאַג זאָל דרוקן אַזעלכע ממש סענטימענטאַלע בילדער פֿון אַ שטעטל? די זאַך איז, אַז דעמאָלט, אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1920ער יאָרן, האָט די סאָוועטישע מאַכט זיך, ווי מע האָט עס דעמאָלט אָנגערופֿן, „אַ קער געטאָן מיטן פּנים צום שטעטל‟. אַ שפּור פֿון דעם „קער‟ האָט זיך אָפּגעהיט אַ דאַנק דעם דאָזיקן פֿאַרגעסענעם קוואַל.

אַגבֿ, עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן דאָס שטעטל פֿון אַ מאָל מיט די חסידישע כּמו-שטעטלעך, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אַרום ניו-יאָרק. מיר שײַנט, אַז זיי זײַנען פּרינציפּיעל פֿאַרשיידענע ייִשובֿים. און ניט נאָר צוליב דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, וואָס האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם טאָג-טעגלעכן לעבן פֿון די הײַנטיקע חרדים. דער הויפּט-אונטערשייד איז, אַ פּנים (איך זאָג אַרויס ניט מער ווי אַ השערה), אַז זיי זײַנען עקאָנאָמיש גאָר אַנדערש פֿאַרבונדן מיט דער ניט-ייִדישער וועלט, בפֿרט מיט זייערע שכנים. דאָס אַלטע שטעטל איז בדרך־כּלל צום סוף פֿונעם 19סטן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ניט געווען אַזוי אָפּגעזונדערט, און דאָס אַרויפֿגעלייגט אַן אַנדער שטעמפּל אויף דעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן.