הינטער די קוליסן...

Backstage with the Yiddish Theater

אַ סצענע פֿון דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג „אָדעסער געשיכטעס‟, אינעם ייִדישן טעאַטער אויף דאָרע וואַסערמאַנס נאָמען בײַם סעגאַל־צענטער אין מאָנטרעאָל
אַ סצענע פֿון דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג „אָדעסער געשיכטעס‟, אינעם ייִדישן טעאַטער אויף דאָרע וואַסערמאַנס נאָמען בײַם סעגאַל־צענטער אין מאָנטרעאָל

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 07, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

האָט זיך דער קאַסירער פֿאַרענטפֿערט:

„דאָס איז דאָך מאָליערס איינס פֿון די בעסטע קאָמעדיעס, דער גרויסער מאָליער האָט עס געשריבן מיט דרײַ הונדערט יאָר צוריק…‟

„אַזוי גוע (גאָר)‟, האָט דער יאַט געווילדעוועט, „אַ מאָליער דיר אין די קישקעס. מיט דרײַ הונדערט יאָר צוריק זײַנען אפֿשר געווען יאָלדן, אָבער נישט הײַנט…‟

זינט דאַן האָט זיך דאָס ייִדישע טעאַטער געשפּאָלטן אויף קונסט און שונד. שונד איז געווען זייער פּאָפּולער, וווּ מען האָט געשפּילט אַזעלכע פּיעסעס ווי: „דער לאָקשנפֿרעסער‟, „די קאָמישע חתונה‟, „די ייִדישע שיקסע‟, „כינקע־פּינקע‟, און „מישקע־מאָשקע‟.

אין שיקאַגע, ווען מען האָט געשפּילט אַנ־סקיס „דיבוק‟, האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז אַקטיאָרן פֿלעגן פֿאַרגעסן זייער עבֿרי אויף דער בינע און אַרויסשטאַמלען, וואָס ס’איז זיי געקומען אין זינען. די בית־עולם סצענע, בײַ דער חתונה פֿון טויטן חנן און דער נאָך לעבעדיקער לאה, ווען אַלע מחותּנים זײַנען שוין געווען פֿאַרזאַמלט מיט ברענענדיקע ליכט, האָט דער משולח געדאַרפֿט אויסרופֿן — „אין דער כּלה איז אַרײַן אַ דיבוק!‟ האָט ער אַנשטאָט דעם ארויסגעשטאַמלט: „אין דער כּלה איז אַרײַן אַ ליכטל!‟

דער קונסט־טעאַטער האָט זיך גענומען צום רובֿ פֿון שעקספּירס ווערק. איזידאָר זאַלאַטאָראָווסקי האָט פֿון „האַמלעט‟ געמאַכט אַ קאָמעדיע, זײַן פּרינץ פֿון דענעמאַרק האָט ער פֿאַרוואַנדלט אין אַ ישיבֿה־בחור. ווער האָט דאָס אין יענע צײַטן נישט געשפּילט שעקספּירן? שילדקרויט, אַדלער, קעסלער, טאָמאַשעווסקי, שוואַרץ, אָבער זייער שעקספּיר איז געווען לעגיטים, אָן קונצן פֿון די הינטערקוליסן.

דוד קעסלער איז נישט בלויז געווען אַן אויסגעצײכנטער אַקטיאָר, נאָר אויך אַן ערשטקלאַסישער רעזשיסאָר. ער האָט פֿאַרהערט די יונגע חבֿרה אַקטיאָרן, וואָס האָבן זיך געריסן צו דער בינע.

איז געקומען אַמאָל צו אים אויף פּראָבע אַ יונג אַקטריסעלע, פֿול מיט ענטוזיאַזם און פֿלאַם־פֿײַער, און זי האָט גענומען רעציטירן פֿון שעקספּירס „מאַקבעט‟:

„דער מאָרגן און דער מאָרגן און דער מאָרגן,

שלײַכט זיך אַרײַן מיט דראָבנע טריט פֿון טאָג צו טאָג…‟

קעסלער ווערט אויפֿגעקאָכט:

„ניין! ניין! און נאָכאַמאָל ניין! איך הער זיך אַזוי צו ווי איר הרגעט דאָס אַוועק שעקספּירן אָן אַ מעסער! איצט נעמט זיך אין זינען, יונגע פֿרוי, אַז דאָ, פֿאַר דײַנע אויגן שטייען צען ליידיקע גלעזער! איינס לעבן אַנדערן! פּונקט אַזוי! אָט אָ דאָ! פּונקט אַנטקעגן אײַער נאָז! הייב איך אויף אַ לעפֿעלע און קלאַפּ אָן אין יעדן גלאָז באַזונדער, קלאַפּ! קלאַפּ! קלאַפּ! ביז מען הערט אַ קלאַנג, באַם! באַם! באַם! איר פֿאַרשטייט באַם! באַם! באַם? איז דאָס מוזיק? נו, זיכער נישט! קיין מאָל נישט! מוזיק איז עפּעס וואָס קלינגט: בים! באַם! באָם!