דער גורל פֿון שטעטל קראַסנאָסטאַוו

The Fate of Krasnostav

פֿון משה גאָנטשאַראָק

Published November 09, 2014, issue of December 05, 2014.

די קראַסנאָסטאַווער אויף קבֿר־אָבֿות
די קראַסנאָסטאַווער אויף קבֿר־אָבֿות

צווישן די הונדערטער ייִדישע שטעטלעך, אומגעבראַכט אין אוק­ראַיִנע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געווען אויך דאָס שטעטל קראַסנאָסטאַוו.

חוץ מינדלעכע דערמאָנונגען, דאָ און דאָרט, פֿון די געוועזענע אײַנ­וווינער, האָט זיך ווייניק וואָס פֿאַרהיט וועגן דעם שטעטל, אַפֿילו אין „יד־ושם‟. סײַדן אין דער באַקאַנטער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, וואָס איז דערשינען אין רוסלאַנד נאָך אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, ווערט דערמאָנט קראַסנאָסטאַוו מיט דרײַ שורות: „אַ שטעטל אין נאָוואָגראַד־וואָלינער אוּיעזד וואָלינער גובערניע. אין יאָר 1847 האָט די קראַסנאָסטאַווער קהילה גע­ציילט 246 נפֿשות; אין 1897 האָבן דאָרט געלעבט 2,194 מענטשן, 1,222 פֿון זיי — ייִדן.‟

דער הײַנטיקער קראַסנאָסטאַוו, וווּ עס איז נישט געבליבן קיין איין ייִד ניט, גייט אַדמיניסטראַטיוו אַרײַן אין סלאַוווּטער ראַיאָן כמעלניצקער געגנט, און געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער אַלטער סאָוועטיש־פּוילישער גרענעץ.

אַמאָל איז דאָס שטעטל געווען אין סאַמע צענטער פֿון דער חסידי­שער השפּעה — אינעם דרײַעק צווישן זשיטאָמיר, סלאַוווּטע און פּאָ­לאָנע. געלעבט האָבן דאָרט ייִדן, אוק­ראַיִנער, פּאָליאַקן און דײַטשן. די ייִדן זײַנען מערסטנס געווען בעל־מלאָכות; אָבער נישט ווייניק האָבן געצויגן די חיונה פֿון „לופֿט‟. די משפּחות האָבן נישט געקאַרגט אויף קינדער, דעריבער איז די הויפּט־זאָרג געווען, ווי אַזוי אָנצושטאָפּן די 5־10 בײַכלעך. פֿאַרשפּרייט איז געווען דאָס ווערטל: „צרות מיט אַן אָנבײַסן קען מען נאָך איבערטראָגן, אָבער צרות אָן אַן אָנבײַסן קען מען שוין נישט אויסהאַלטן‟.

ווי עס פֿירט זיך, איז געווען אינעם שטעטל אַ רבֿ, אַ חזן און עט­לע­כע שוחטים. הינטערן שטעטל האָט זיך צעשפּרייט דער אַלטער בית־עולם — דאָס הייליקע אָרט. אַ שידוך פֿלעגט מען מאַכן דורך אַ שדכן, וואָס האָט שוין געפֿונען אַ חתן־כּלה פֿון אַ גלײַכן ייִחוס. בײַם קנס־מאָל האָט דער חתן געשענקט דער כּלה געלט און אַ פּאַרוק. די מער פֿעיִקע חבֿרה פֿלעגן פֿאָרן זיך לער­נען אין דער נאָוואָגראַד־וואָלינער ישיבֿה. עטלעכע ייִדישע רעקרוטן האָבן געדינט אין דער צאַרישער אַרמיי בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה, און אַרום 20 סאָלדאַטן — זיך גע­שלאָגן אויף די פֿראָנטן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.

ווען אין רוסלאַנד, אין 1917, איז געשען די אָקטאָבער־איבערקערעניש, האָבן ס׳רובֿ ייִדן פֿונעם שטעטל גע­שטיצט די באָלשעוויקעס. די נײַע ווינטן האָבן אָנגערירט יעדן אײַנ­וווינער. איינער פֿון זיי, דער וויס­טער קבצן דוד (דיודקע) האָט אָנגע­טשעפּעט אַ רויטן באַנט און איז אַזוי אַרומגעגאַנגען איבער קראַסנאָסטאַוו. האָט אים באַגעגנט דער אָרטיקער גבֿיר משה קאַפּלאַן און געפֿרעגט: „דוד, צו וואָס האָסטו אָנגעטשעפּעט דאָס רויטע בענדל?‟ — ענטפֿערט אים דוד: „צו וואָס? איך ווייס, אַז די נײַע מאַכט וועט מיך נישט מאַכן אַזוי רײַך ווי דו ביסט, משה, אָבער כ׳ווייס זיכער, אַז זי וועט פֿון דיר מאַכן אַ קבצן, פּונקט ווי איך בין!‟