דער גורל פֿון שטעטל קראַסנאָסטאַוו

The Fate of Krasnostav

פֿון משה גאָנטשאַראָק

Published November 09, 2014, issue of December 05, 2014.

די קראַסנאָסטאַווער אויף קבֿר־אָבֿות
די קראַסנאָסטאַווער אויף קבֿר־אָבֿות

צווישן די הונדערטער ייִדישע שטעטלעך, אומגעבראַכט אין אוק­ראַיִנע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געווען אויך דאָס שטעטל קראַסנאָסטאַוו.

חוץ מינדלעכע דערמאָנונגען, דאָ און דאָרט, פֿון די געוועזענע אײַנ­וווינער, האָט זיך ווייניק וואָס פֿאַרהיט וועגן דעם שטעטל, אַפֿילו אין „יד־ושם‟. סײַדן אין דער באַקאַנטער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, וואָס איז דערשינען אין רוסלאַנד נאָך אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, ווערט דערמאָנט קראַסנאָסטאַוו מיט דרײַ שורות: „אַ שטעטל אין נאָוואָגראַד־וואָלינער אוּיעזד וואָלינער גובערניע. אין יאָר 1847 האָט די קראַסנאָסטאַווער קהילה גע­ציילט 246 נפֿשות; אין 1897 האָבן דאָרט געלעבט 2,194 מענטשן, 1,222 פֿון זיי — ייִדן.‟

דער הײַנטיקער קראַסנאָסטאַוו, וווּ עס איז נישט געבליבן קיין איין ייִד ניט, גייט אַדמיניסטראַטיוו אַרײַן אין סלאַוווּטער ראַיאָן כמעלניצקער געגנט, און געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער אַלטער סאָוועטיש־פּוילישער גרענעץ.

אַמאָל איז דאָס שטעטל געווען אין סאַמע צענטער פֿון דער חסידי­שער השפּעה — אינעם דרײַעק צווישן זשיטאָמיר, סלאַוווּטע און פּאָ­לאָנע. געלעבט האָבן דאָרט ייִדן, אוק­ראַיִנער, פּאָליאַקן און דײַטשן. די ייִדן זײַנען מערסטנס געווען בעל־מלאָכות; אָבער נישט ווייניק האָבן געצויגן די חיונה פֿון „לופֿט‟. די משפּחות האָבן נישט געקאַרגט אויף קינדער, דעריבער איז די הויפּט־זאָרג געווען, ווי אַזוי אָנצושטאָפּן די 5־10 בײַכלעך. פֿאַרשפּרייט איז געווען דאָס ווערטל: „צרות מיט אַן אָנבײַסן קען מען נאָך איבערטראָגן, אָבער צרות אָן אַן אָנבײַסן קען מען שוין נישט אויסהאַלטן‟.

ווי עס פֿירט זיך, איז געווען אינעם שטעטל אַ רבֿ, אַ חזן און עט­לע­כע שוחטים. הינטערן שטעטל האָט זיך צעשפּרייט דער אַלטער בית־עולם — דאָס הייליקע אָרט. אַ שידוך פֿלעגט מען מאַכן דורך אַ שדכן, וואָס האָט שוין געפֿונען אַ חתן־כּלה פֿון אַ גלײַכן ייִחוס. בײַם קנס־מאָל האָט דער חתן געשענקט דער כּלה געלט און אַ פּאַרוק. די מער פֿעיִקע חבֿרה פֿלעגן פֿאָרן זיך לער­נען אין דער נאָוואָגראַד־וואָלינער ישיבֿה. עטלעכע ייִדישע רעקרוטן האָבן געדינט אין דער צאַרישער אַרמיי בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה, און אַרום 20 סאָלדאַטן — זיך גע­שלאָגן אויף די פֿראָנטן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.

ווען אין רוסלאַנד, אין 1917, איז געשען די אָקטאָבער־איבערקערעניש, האָבן ס׳רובֿ ייִדן פֿונעם שטעטל גע­שטיצט די באָלשעוויקעס. די נײַע ווינטן האָבן אָנגערירט יעדן אײַנ­וווינער. איינער פֿון זיי, דער וויס­טער קבצן דוד (דיודקע) האָט אָנגע­טשעפּעט אַ רויטן באַנט און איז אַזוי אַרומגעגאַנגען איבער קראַסנאָסטאַוו. האָט אים באַגעגנט דער אָרטיקער גבֿיר משה קאַפּלאַן און געפֿרעגט: „דוד, צו וואָס האָסטו אָנגעטשעפּעט דאָס רויטע בענדל?‟ — ענטפֿערט אים דוד: „צו וואָס? איך ווייס, אַז די נײַע מאַכט וועט מיך נישט מאַכן אַזוי רײַך ווי דו ביסט, משה, אָבער כ׳ווייס זיכער, אַז זי וועט פֿון דיר מאַכן אַ קבצן, פּונקט ווי איך בין!‟

בעת דעם בירגער־קריג האָבן אין קראַסנאָסטאַוו באַלעבאַטעוועט די פּאָליאַקן און דײַטשן, הײַדאָמאַקן און פּעטלוראָווצעס, די רויטע באַנדיטן פֿון בודיאָני און קאָטאָווסקי, וואָס יעדער פֿון זיי האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט. די ייִדישע זעלבשוץ האָט ווייניק גע­האָלפֿן.

אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, נאָכן גרינדן דעם ערשטן קאָלווירט, האָבן נישט ווייניק ייִדישע משפּחות פֿאַר­לאָזט דאָס שטעטל. אַ טייל האָט זיך אײַנגעגעבן זיך אַרויסצורײַסן קיין פּאַלעסטינע און אַמעריקע, און די סאַמע געטרײַסטע אָנהענגער פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָבן זיך גע­לאָזט צו בויען אַ נײַ ייִדיש לעבן אין ביראָבידזשאַן. דעמאָלט האָט מען גע­זונ­גען דאָס לידל:

אַוועקגעפֿאָרן, אַוועקגעפֿאָרן יונגע יאַטן,
און מע האָט נאָר איבערגעלאָזט די מאַמע מיטן טאַטן…

שוין אין יענע 1930ער יאָרן האָט אָנגעהויבן צו פֿאַלן די צאָל ייִדישע אײַנוווינער פֿון קראַסנאָסטאַוו. די חסידישע דערציִונג האָט שוין קוים געזשיפּעט, און די מלמדים פֿלעגט מען נאָכפֿאָלגן און אַרעסטירן. די מורא פֿאַר דער מאַכט איז געוואַקסן, און דער אַלטער לעבנס־שטייגער פֿון „פֿירן אַ ייִדישע היים‟ איז גיך אונ­טערגעגאַנגען.

ווי אַ בײַשפּיל ברענג איך אַ פֿאַל, דערציילט פֿון מײַן זיידן. אַ יונג ווײַבל אין שטעטל האָט געהאַט אַ ייִנגעלע, האָט די „רויטע אַקטיוויסטקע‟ באַ­סיע פֿאָרגעלייגט עס אָנרופֿן מיטן נאָמען לענין, לכּבֿוד דעם גרויסן פּראָ­לעטאַרישן פֿירער. ווען די באָבע פֿונעם קינד האָט עס צעוויקלט, האָט זי פּלוצעם אָנגעהויבן שרײַען: „באַ­סיע, לענין האָט זיך באַפּישט!‟

אין 1941, ווען די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די עלטערע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די ערשטע וועלט־מלחמה, באַרויִקט זייערע שכנים, אַז די דײַטשן טשעפּען נישט די ייִדן. אין די קלאַנגען, וואָס זײַנען דערגאַנגען פֿון פּוילן, האָט מען נישט געגלייבט, געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ פּראָוואָקאַציע; און די כוואַליע פּוילישע פּליטים, אין 1939, האָט אויסגעמיטן דאָס שטעטל. האָבן ס׳רובֿ קראַסנאָסטאַווער ייִדן באַשלאָסן זיך נישט צו רירן פֿון אָרט. נאָך מער: אַ טייל האָט זיך אַפֿילו אומגעקערט צוריק אין שטעטל.

די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין קראַס­נאָסטאַוו אין יולי חודש. באַלד איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן די פּאָ­לי­ציי פֿון אָרטיקע אוקראַיִנישע קאַ­דרען, אין שפּיץ מיטן שיכּור און באַנדיט דעניס מאַזאַרטשוק. ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן רויבערײַען, פֿאַר­גלוואַ­לדיקונגען. דער לערער פּאָלע­שטשוק, אַ קאָלאַבאָראַטאָר, האָט באַלד איבערגעגעבן זײַן ייִדישע פֿרוי מיט צוויי קינדער אין די הענט פֿון דער אָרטיקער מאַכט, וועלכע האָט זיי דערשאָסן.

דעם 7טן אויגוסט 1941 האָט מען צונויפֿגעטריבן אויפֿן מאַרקפּלאַץ 47 מענער, זיי אַוועקגעפֿירט אויף לאַסט־אויטאָס אין וואַלד, 20 קילאָמעטער פֿון קראַסנאָסטאַוו, און זיי דאָרט אויסגעהרגעט. ערשט אין די 1950ער יאָרן האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצוזוכן זייער געביין און עס איבערפֿירן אויפֿן ייִדישן בית־עולם אינעם שטעטל ספּאַוווּט. בײַ די 40 מיידלעך האָט מען אַוועקגעפֿירט אין בערעזדאָוו אין אַ סאָלדאַטסקיער גאָרגיך, וווּ מ׳האָט זיך איבער זיי איזדיעקעוועט און דער­נאָך דערשאָסן.

דעם 29סטן אויגוסט גאַנץ פֿרי האָט די פּאָליציי אַרויסגעטריבן אַלע ייִדן פֿון די הײַזער, אויסגעשטעלט זיי שורותווײַז און אַוועקגעטריבן אין וואַלד אַרײַן, נישט ווײַט פֿונעם דאָרף גוטאַ; בסך־הכּל 800 נפֿשות — בדרך־כּלל אַלטע לײַט, פֿרויען און קינדער, אַרומגערינגלט מיט דײַטשישע סאָל­דאַטן און הינט. מ׳האָט זיי געצוווּנגען אויסצוגראָבן פֿאַר זיך גריבער, און דערנאָך, נישט אײַליק, צו קליינע גרופּעס אַלעמען דערשאָסן.

אין מאַרץ 1944 איז קראַסנאָסטאַוו באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די נאַציס. דאָס גאַנצע ייִדישע האָב־און־גוטס האָבן צעשלעפּט די אָרטיקע אוקראַיִנישע שכנים. די לעבן־געבליבענע פֿונעם שטעטל האָבן זיך שוין אַהין מער נישט אומגעקערט; זיך באַזעצט אין די דרײַ שכנישע שטעט — סלאַוווּטע, שעפּעטאָווקע און נאָוואָגראַד־וואָ­לינסק.

אין די 1950ער יאָרן האָט מען אָנגעהויבן צו פֿאָרן אין קראַסנאָסטאַוו אויף קבֿר־אָבֿות. געטאָן האָט מען עס דעם לעצטן זונטיק פֿון חודש אויגוסט. ס׳האָט זיך שוין געהאַט אויסגעאַרבעט אַ מין מינהג: דאָס ערשטע איז מען געפֿאָרן אין וואַלד אין גוטאַ, וווּ מ׳האָט דערשאָסן ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿונעם שטעטל; דערנאָך, דורכן דאָרף, צום אַלטן בית־עולם; געבראַכט מיט זיך דעם סלאַוווּטער רבֿ און דעם חזן. אין די יאָרן 1950־1970 פֿלעגט די נסיעה אָרגאַניזירן חיים בראָנפֿמאַן, און נאָך זײַן טויט האָט עס געטאָן זײַן זון.

איך בין געווען אין קראַסנאָסטאַוו אין 1990. דעמאָלט זײַנען אַ סך מענטשן געקומען פֿון נאָוואָגראַד־וואָלינסק — אויף אויטאָס, אויטאָבוסן, מיט קינדער. ווען מיר זײַנען געפֿאָרן איבערן דאָרף, האָבן די אָרטיקע פּויע­רים געקוקט אויף אונדז, אַרויס­שטעקנדיק די קעפּ פֿון די הויכע פּלויטן. צווישן די אַלטע תּושבֿים זײַנען נאָך געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן געדענקט און גערעדט ייִדיש.

ס׳רובֿ געוועזענע קראַסנאָסטאַ­ווער ייִדן וווינען איצט אין ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן און אויס­טראַליע.