אין דער װעלט פֿון װאָרט

In the World of the Word

אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס
אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 16, 2014, issue of December 05, 2014.

דער 125סטער יובֿל פֿון אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס איז אַ גוטע געלעגנהײט צו דערמאָנען, אַז ער איז געװען ניט נאָר אַ באַרימטער ייִדישער דיכטער, נאָר אױך אַן אױסגעצײכנטער קריטיקער.

לעיעלעסעס קריטישע עסײען, װאָס האָבן זיך באַװיזן לרובֿ אין דער צײַטשריפֿט „אין זיך‟ און אין די צײַטונגען „דער טאָג‟ און „פֿרײַע אַרבעטער שטימע‟, זײַנען געװען אַ באַשטאַנדטײל פֿון זײַן ברײטערער קינסטלערישער פּראָגראַם פֿון אײַנפֿלאַנצן מאָדערניזם אינעם באָדן פֿון ייִדישער קולטור. ער האָט, דער עיקר, געשריבן װעגן מיטצײַטלערישע דיכטער און פּראָזאַיִקער, װעלכע זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש געװען נאָענט צו דער דאָזיקער קינסטלערישער שיטה.

װי אַ צענטראַלע פֿיגור צװישן די „אינזיכיסטן‟, האָט לעיעלעס נאַטירלעך געשטיצט זײַנע נאָענטע קאָלעגן. אינעם אַרטיקל װעגן ה. לײװיק אין 1919 פֿאָרמולירט ער דעם פּרינציפּ פֿון זײַן קריטישער אָפּשאַצונג: „כּמעט אין יעדן ליד פֿון לײװיקן איז דאָ אײן שורה אָדער צװײ, װאָס בליצט דורך דעם מאַרך‟. דיכטונג דאַרף מען אױפֿנעמען ניט דורך שׂכל אָדער נשמה, אָבער דורכן „מאַרך‟. די עכטע קונסט איז כּמעט אַ פֿיזיאָלאָגישער פֿענאָמען, אָבער דערבײַ איז דאָס אױך אַ מיסטישע איבערלעבונג, „אַ בליץ אין תּהום‟ אָדער „אַן אַנטפּלעקונג פֿון אַ געהײמניש‟.

כּדי בעסער צו באַגרײַפֿן דעם חידוש פֿון לעיעלעסעס השׂגות װעגן פּאָעזיע, איז כּדאַי צו דערמאָנען זײַן װיכּוח מיט שמואל ניגער. די דאָזיקע דיסקוסיע, װי עס באַמערקט דער ליטעראַטור־היסטאָריקער אליהו שולמאַן, האָט זיך אָנגעהױבן גלײַך נאָך ניגערס אָנקומען קײן אַמעריקע אין 1919 און האָט געדױערט ביז 1935. אין זײַן אַרטיקל „לידער, לידער, לידער‟ אין „פֿאָרװערטס‟ אין 1919 האָט ניגער געטענהט, אַז אױסצודריקן פּערזענלעכע געפֿילן אין לידער, איז ניט קײן גרױסע חכמה, להיפּוך צו שרײַבן פּראָזע, װאָס פֿאָדערט געװיסע רײַפֿקײט און געניטקײט. ניגער האָט געסטראַשעט די אַמעריקאַנער לײענער, אַז דער „פֿערזן־שיסנדיקער לעגיאָן‟ װעט פֿאַרכאַפּן די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור. ער האָט געהאַט ספֿקות לגבי עקספּערימענטן מיט דער פּאָעטישער פֿאָרעם, װאָס מאַכן פֿון פּאָעזיע „אײַנפֿאַכע, שיטערע פּראָזע‟.