אין דער װעלט פֿון װאָרט

In the World of the Word

אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס
אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 16, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

לעיעלעס איז געװען ניט צופֿרידן מיט ניגערס „פֿון אױבן אַראָפּ דרשה, מיט אַ ביסל אַרבעטער־רינג־װיציקײט‟. בעת ניגער האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור דאַרף האָבן אַ נאַציאָנאַלן שליחות און דינען דעם ייִדישן פֿאָלק, האָט לעיעלעס באַטראַכט ליטעראַרישע שאַפֿונג װי אַן אױסדרוק פֿון דעם לעבעדיקן ייִדישן גײַסט. דער דאָזיקער קוקװינקל האָט באַשטימט לעיעלעסעס קריטישן געדאַנקענגאַנג. אים אינטערעסירט דער עסטעטישער, און ניט דער נאַציאָנאַלער אַספּעקט פֿונעם ליטעראַרישן װערק. לעיעלעסן געהערט אײנע פֿון די ערשטע אָפּשאַצונגען פֿון משה קולבאַקס דיכטונג. אין 1920 האָט ער זיך אָפּגערופֿן אױף קולבאַקס לידער: „אין משה קולבאַקן פֿילט מען אַן אײגענעם דורכױס. זײַן שטאָט־ליד האָט דאָ געקענט געשריבן װערן.‟

די עסטעטישע און אינטעלעקטועלע קרובֿהשאַפֿט מיט זײַן פּאָעטיק איז געװען אַ װיכטיקע קריטעריע אין לעיעלעסעס אָפּשאַצונג פֿון ליטעראַרישע װערק. דערבײַ האָט די פּאָפּולערקײט און צוטריטלעכקײט ניט געשפּילט קײן חשובֿע ראָלע. „אין אונדזער ליטעראַטור, װער שמועסט אין דער פּאָעזיע, האָט נאָך דערצו פּאַסירט אַן אומגליק. דאָס קינסטלערישע װאָרט האָט זיך אַנטװיקלט שנעלער, װי דער קינסטלערישער חוש פֿון דעם ייִדיש־לײענער‟. פּאָעזיע בכלל, האַלט לעיעלעס, איז ניט קײן מאַסן־זשאַנער: „פּאָעזיע לײענען אָדער די פֿאַראינטערעסירטע לשם קינסטלערישער באַדערפֿעניש, אָדער די שטודירנדיקע יוגנט און — געבילדעטע פֿרױען. די אַלע גרופּעס זײַנען אין ייִדיש נישט צו־צאָלרײַך‟.

דערבײַ האָט לעיעלעס געשאַצט ניט נאָר מאָדערניסטישע דיכטונג. ער האָט געלױבט י. ל. כּהנס זאַמלבוך „ייִדישע פֿאָלקס־לידער מיט מעלאָדיעס‟. לעיעלעס האָט גענוצט די דאָזיקע געלעגנהײט, כּדי צו דערװידערן געװיסע „קאַרפּן־קעפּ אין אונדזער קריטיק‟, װאָס האָבן געהיט די רײנקײט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ער האָט געװיזן, אַז דאָס פֿאָלק האָט באַנוצט די ייִדישע שפּראַך גאַנץ פֿרײַ אין דעם פֿאָלקלאָר. פֿון דעם האָט ער געמאַכט אַן אויספֿיר, „אַז עס איז דאָ אַ בפֿירושע פֿאַרבינדונג און המשך צװישן דעם פֿאָלקס־ליד און דעם אינדיװידועלן ליד, אַפֿילו דעם סאַמע מאָדערנעם.‟ דאָס װיכטיקסטע אין פּאָעזיע איז פֿאַר לעיעלעסן געװען ניט די װערטער נאָר דער ניגון, די מעלאָדיע. אין דעם שטעקט „די עכטע פּאָעזיע פֿון אַ ליד.‟ און דװקא אין דעם איז דער שותּפֿות צװישן פֿאָלקלאָר און מאָדערניזם.

לעיעלעסעס קריטישער סטיל איז קלאָר, שאַרף און פּרעציז. אָבער ער האָט ניט געהאַלטן קריטיק פֿאַר אַ קונסט–זשאַנער: „די אינעװײניקסטע פּראָצעסן, װאָס פֿירן מיט דער פּען בײַם שרײַבן אַ ליד, נאָװעלע, דראַמע, זײַנען גאָר אַנדערע, װי יענע, װאָס ברענגען שװאַרץ אױף װײַס די ליטעראַרישע קריטיק.‟ אָבער דער קריטיקער מוז האָבן אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר קונסט. פֿאַר לעיעלעסן מײנט דאָס, קודם־כּל, דעם חוש פֿאַר דער ליטעראַרישער פֿאָרעם: „ערשט פֿאָרעם מאַכט אינהאַלט, אידעען, שװוּנג און פֿאַנטאַזיע פֿאַר קונסט.‟

לעיעלעסעס קריטישע ירושה דאַרף געלײענט װערן אינעם דרײַעקיקן ליטעראַרישן גערעם: דעם ייִדישן, דעם אײראָפּעיִשן און דעם אַמעריקאַנישן. ליטעראַטור און שפּראַך זײַנען פֿאַר אים געװען אַ ציל פֿאַר זיך, נישט קײן מיטל פֿאַר דערגרײכן פּראַקטישע צילן.