הינטער די קוליסן מיט באָריס טאָמאַשעווסקי

Backstage with Boris Tomashevsky

באָריס טאָמאַשעווסי און מאָריס פֿינקל
באָריס טאָמאַשעווסי און מאָריס פֿינקל

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 16, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

די ייִדישע בינע־שטערן זײַנען געווען פֿאַררעכנט פֿאַר מלכות, וואָס מער סקאַנדאַליעז, אַלץ מער האָבן די פֿאַרהערער זיי געדינט. די טאָמאַשעווסקיס זײַנען געווען פֿאַררעכנט ווי די אַריסטאָקראַטיע פֿון ייִדישן טעאַטער. זיי האָבן געשמט ממש פֿאַר אַ פּערווערז־פּוריטאַנישער משפּחה, דער עיקר, ווען עס האָט זיך געה אַנדלט וועגן זייערע שוועסטער אָדער טעכטער. זיי האָט מען באַהאַנדלט ווי ייִדישע נאָנעס, קיינער האָט נישט דערוועגט זיך מיט זיי אָנצוהייבן.

דער גלענצנדיקער אוצר פֿון דער טאָמאַשעווסקי משפּחה איז געווען עמאַ, באָריסעס ייִנגערע שוועסטער. פּרעכטיק, העכסט טאַלאַנטירט און שוין אַ צוציִונגס־קראַפֿט אין ייִדישן טעאַטער אין עלטער פֿון פֿופֿצן.

עס איז געווען אַ צײַט, ווען באָריס האָט צוגעצויגן צו זייער אַנסאַמבל דעם באַרימטן אייראָפּעיִשן אימפּרעסאַר און רעזשיסאָר מאָריס פֿינקל. ער איז געקומען קיין אַמעריקע מיט אַ הויפֿן טעאַטראַלע עפֿעקטן און קאָסטיומען. נאָך פֿינקלען האָבן זיך געיאָגט אַ גאַנצער טוץ קאָנקורענטן פֿון אַנדערע ייִדישע טעאַטערס. די טאָמאַשעווסקי־משפּחה האָט זיך געפֿרייט מיטן געווינס, האָבן זיי געדונגען אין יענער צײַט אויף סעקאָנד־עוועניו דעם „טאַליאַ־טעאַטער‟.

עמאַ איז געווען דאָס שיינדל פֿון דער טאָמאַשעווסקי משפּחה, און שוין אַ שטערן אויף דער ייִדישער בינע. פּלוצעם האָבן זיי זיך דערוווּסט, אַז מאָריס פֿינקל האָט זיך פֿאַרליבט אין עמאַן. די טאָמאַשעווסקיס האָבן זיך געווענדט צו באָריסן, ער זאָל זי ראַטעווען. זיי האָבן זיך דערווײַל דערוווּסט, אַז פֿינקל האָט שוין געהאַט אַ ווײַב מיט אַ זון ערגעץ אין רומעניע, און אַז ער האָט דאָס ווײַב אָפּגעגט. דאָס ערגסטע איז געווען, וואָס פֿינקל איז געווען מיט 25 יאָר עלטער פֿון עמאַן.

יענעם אָוונט האָט די גאַנצע משפּחה אָפּגעוואַרט פֿינקלען לעבן דער טיר פֿון טעאַטער־זאַל, אים פֿאַרבאָטן איבערצוטרעטן די שוועל פֿון „טהאַליאַ‟־טעאַטער. זיי האָבן אים געוואָרנט מער נישט צו פֿאַרדרייען דעם קאָפּ זייער עמאַן, און מער גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט דער טאָמאַשעווסקי־משפּחה.

פֿינקל האָט מאָמענטאַל אָנגעשטעלט אַ גוואַרדיע בינע־אַרבעטער און זיי געהייסן אַרויסטראָגן אַלע קאָסטיומען און בינע־עפֿעקטן, און זיי איבערפֿירן אַנטקעגן איבער אין „ווינדזאָר‟־טעאַטער, און די נעכטיקע שׂונאים האָבן אים אויפֿגענומען מיט גרויס פּאַראַד.

יענע נאַכט האָט פּאַסירט אַן אומגעוויינטלעכער אָוונט אין זייער טעאַטער. אַלע צוויי טויזנט זיבן הונדערט זיץ־פּלעצער זײַנען געווען אויספֿאַרקויפֿט. בײַם איבעררײַס, נאָכן צווייטן אַקט, איז באָריס אַרויס פֿון הינטער די קוליסן אויף דער בינע און געבעטן דעם עולם צו בלײַבן זיצן ביזן סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג. זיי וועלן אַלע בײַוווינען אַ שבֿועה. לויטן ייִדישן דין, אַז מ’גיט אָפּ אַ שבֿועה, ווערט עס פֿאַרחתמעט אין הימל, און דאָס דאַרף געטאָן ווערן פֿון אַ מנין ייִדן.