די פֿרויען זײַנען שולדיק

The Women are Guilty

חסידישע פֿרויען באַוווּנדערן די שיינע יווועליר־זאַכן
Getty Images
חסידישע פֿרויען באַוווּנדערן די שיינע יווועליר־זאַכן

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

דער לייענער ווייסט אַוודאי, אַז די פֿרויען זײַנען שולדיק אין אַלצדינג, נאָך פֿון אָדם הראשונס צײַטן. ווען ניט חוה מיטן עץ־הדעת, וואָלטן מיר הײַנט געלעבט אַ גוטן טאָג אין גן־עדן און זיך ניט געמאַטערט מיט דאגות־פּרנסה, טעראָריסטן, „עבאָלאַ‟ און נאָך אַזעלכע מענטשלעכע קרענק.

מען דאַרף אויך צורעכענען די פֿרוייִשע שולד פֿאַר די אַלע פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן, וואָס קינדער באַקומען פֿון זייערע מאַמעס, די לאַנגע יאָרן טעראַפּיע, וואָס מע דאַרף שפּעטער אַדורכמאַכן, און די גרויסע הוצאות פֿאַר דער מעדיצינישער און פּאָליציייִשער באַהאַנדלונג פֿון די דאָזיקע קרבנות פֿון דער מאַמעס ליבע. אָבער ביז אַהער האָט מען פֿאַרשוויגן אַ וויכטיקן פּונקט אין דעם באַשולדיקונגס־אַקט קעגן די פֿרויען: זייער שולד אינעם אונטערגאַנג פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

ווי קומט עס, אַז די מאַמעס האָבן מיט די אייגענע הענט דערשטיקט זייער אייגן „מאַמע־לשון‟? פּראָסט און פּשוט: אַ ייִדישע מאַמע האָט אירע קינדער צו פֿיל ליב, זי צעבאַלעוועט זיי, זי גיט זיי נאָך דעם שמד. אַ ייִדישע מאַמע קען ניט זאָגן „ניין‟, די קינדער בעלה־בתּעווען איבער איר ווי קליינע דיקטאַטאָרן. פֿון דער דאָזיקער אומגלײַכער באַציִונג קומט אויס, אַז ווען די קינדער ענטפֿערן אויף דער לאַנדשפּראַך און ניט אויף ייִדיש, ווײַל ס’איז גרינגער אַזוי, גיבן די מאַמעס זיי נאָך. אַפֿילו ווען די מאַמעס רעדן ווײַטער אויף ייִדיש, פֿאָדערן זיי זעלטן, אַז די קינדער זאָלן ענטפֿערן אויף ייִדיש. אויף דעם אופֿן זײַנען צו ביסלעך מיליאָנען ייִדישע קינדער פֿאַרלוירן געגאַנגען פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, אַסימילירט געוואָרן, פֿאַרשוווּנדן ווי אין וואַסער אַרײַן.

אַפֿילו הײַנט אין דער חסידישער וועלט, איז אַ ייִדישע טאָכטער זעלטן אַן אשת־חיל אויפֿן שפּראַכפֿראָנט. מיט די חבֿרטעס רעדט זי מערסטנס ענגליש, און רעדנדיק ייִדיש מיט די מענער, מישט זי אַרײַן אַ ים מיט ענגלישע ווערטער. די דאָזיקע שוואַכקייט איז פֿאַרבונדן מיט די חסידישע מיידלשולן, וווּ מע לערנט מער קלאַסן אויף ענגליש, אָבער ס׳איז אויך אַ רעזולטאַט פֿון דער מיידלשער פּסיכאָלאָגיע — איר באַגער צו רעדן „פֿענסי‟ (געצאַצקעט) און זיך אויסצופֿײַנען פֿאַר אַנדערע. די פֿרויען פֿילן בחוש, אַז ייִדיש איז אַ לשון מיט ווייניק פּרעסטיזש, און זיי שעמען זיך צו רעדן עס. די מענער, ווידער, שעמען זיך ווייניקער בכלל; זיי גייען מיטן פּופּיק אין דרויסן, אומגעוואַשן, קראַצן זיך, און עס אַרט זיי ניט.

דער לייענער קען אפֿשר האָבן טענות צו מיר, אַז איך באַשולדיק די פֿרויען אויף אַזאַ אַלגעמיינעם אופֿן — און די מענער זײַנען גאָט די נשמה שולדיק. טאַקע גערעכט, אָבער די זינד פֿון די מענער זײַנען אַ סך מער און אַ סך ערגער, איז אוממעגלעך זיי צו באַהאַנדלען אין איין „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל. דערווײַל וויל איך נאָר געבן אַ פּאָר עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן דעם פֿרוייִשן מצבֿ, און וועגן די מענער וועל איך שרײַבן אַן אַנדערש מאָל.