די געהיימע ייִדישע געשיכטע פֿון „מאַרדי־גראַ‟

The Secret Jewish History of Mardi Gras

דער קאַרנאַוואַל „מאַרדי־גראַ‟ אין ניו־אָרלין
Getty Images
דער קאַרנאַוואַל „מאַרדי־גראַ‟ אין ניו־אָרלין

פֿון סעט ראָגאָוווי (Forward)

Published February 18, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די טראַדיציע פֿונעם ניו־אָרלינער קאַרנאַוואַל שטאַמט פֿון אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט. דעמאָלט האָבן זיך אין אַמעריקע און אַרום דער וועלט געשאַפֿן פֿאַרשיידענע ברודערשאַפֿט־אָרגאַניזאַציעס - krewes - וועלכע האָבן צוגעטראַכט פֿאַרשיידענע זשעסטן, אייגענע מיטאָלאָגישע מאָטיוון און קאָסטיומען פֿאַרן גרויסן קאַרנאַוואַל.

איינע פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס איז געווען Rex; איר מנהיג האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿונעם אָפֿיציעלן „מלך‟, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן גאַנצן קאַרנאַוואַל. דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט געוווּנען דעם דאָזיקן טיטל, אינעם יאָר 1872, איז געווען לויִס סאָלאָמאָן – אַ פּראָמינענטער ייִדישער געשעפֿטסמאַן. זײַן משפּחה האָט געשטאַמט, לויט דער לעגענדע, פֿונעם לעגענדאַרן חיים סאָלאָמאָן, דער פֿינאַנצן־שטיצער פֿון דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע.

נאָכן בירגער־קריג, זענען די ייִדן אין ניו־אָרלין געוואָרן קרבנות פֿון ראַסע־ און רעליגיעזער דיסקרימינאַציע. אַזוי ווי די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, האָבן זיי מער נישט געטאָרט ווערן מיטגלידער פֿון די פֿאַרמאַכטע ברודערשאַפֿט־חבֿרות. ווי אַ רעזולטאַט, האָט די דאָזיקע באַפֿעלקערונג־גרופּעס געגרינדעט זייערע אייגענע ברודערשאַפֿטן. דער ערשטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער „קרו‟ איז אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1909 און האָט געהאַט אַ בפֿירוש פּורימדיקן טעם פֿון גראָטעסק־חוזק. די באַטייליקטע האָבן אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון די ערגסטע ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן קעגן די „באַרבאַרישע‟ שוואַרצע. אינעם יאָר 1995 האָבן די ניו־אָרלינער כּל־זמרים געשאַפֿן דעם ייִדישן „קרו‟, וועלכער פֿאָלגט דעם זעלבן מוסטער פֿון די אַפֿריקאַנער זולוסן. די באַטייליקטע טוען זיך אָן ווי די סטערעאָטיפּישע פּערסאָנאַזשן פֿון אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן, מיט הערנער און לאַנגע נעז, פֿאַרשטעלט ווי רײַכע באַנקירן און אַדוואָקאַטן, וואָס שטרעבן איבערצונעמען די מאַכט איבער דער גאָרער וועלט. אַנשטאָט קאָקאָסן, באַוואַרפֿן זיי דעם עולם מיט בייגל. אַ אַנדער גרופּע האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון דער דאָזיקער חבֿרה און געשאַפֿן דעם „קרו פֿון משוגעת‟, צוגעבנדיק דעם קאַרנאַוואַל אַן אַנדער עלעמענט פֿון ייִדישקייט.