די ראָלע און טראַגעדיע פֿון די ייִדן־סעקציעס

The Role and Tragedy of the "Jewish Sections"

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 25, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

בילדונג איז געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון דער גן־עדן־בויונג. אין אוקראַיִנע זײַנען אין יאָר 1924 געווען 268 ייִדישע שולן, און אין יאָר 1931 איז זייער צאָל אויסגעוואַקסן ביז 1,096. היפּש אויסגעוואַקסן איז די צאָל ייִדישע שולן אויך אין ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד. אַ חוץ דער פּראָפּאַגאַנדיסטישער אַרבעט, האָבן די „יעווסעקציעס‟ זיך אַקטיוו באַטייליקט אין כּלערליי אַנדערע פּראָיעקטן, בפֿרט אינעם שאַפֿן ייִדישע קאָלאָניעס און, בכלל, אין אויסזוכן נײַע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פֿאָרמען, וועלכע זאָלן געבן אַ מעגלעכקייט די ייִדן זיך אינטעגרירן אין דעם סאָוועטישן הויפּשטראָם. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן די „יעווסעקן‟ אויפֿגעטאָן ניט ווייניק גוטע זאַכן. צוליב דעם זײַנען צענדליקער טויזנטער ניט־סאָוועטישע ייִדן אַנטציקט געוואָרן פֿון די קאָמוניסטישע דערגרייכונגען און געוואָרן אַ טייל פֿון דער גאַנץ ממשותדיקער לינקער סבֿיבֿה אין אַ צאָל לענדער.

דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז מיט 85 יאָר צוריק, אָנהייב 1930, האָט מען די ייִדישע סעקציעס ליקווידירט. דאָס איז געווען די צײַט, ווען פֿון מאָסקווע זײַנע אָנגעקומען אינסטרוקציעס אין די אויסלענדישע קאָמוניסטישע פּאַרטייען, זיי זאָלן עס טאָן אויך בײַ זיך. קיין ספּעציפֿיש אַנטי־ייִדישע קאַמפּאַניע איז עס ניט געווען. דאָס זעלבע האָט מען געטאָן אויך מיט אַנדערע סעקציעס. דער ציל איז געווען צו „קאָנסאָלידירן די רייען‟ — די שטענדיקע אידעע־פֿיקס פֿון די באָלשעוויסטישע אידעאָלאָגן.

דערמיט האָט זיך פֿאַרענדיקט דער „יעווסעקישער פּעריאָד‟ אין דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע. דעם ווײַטערדיקן פּעריאָד קען מען געבן דעם נאָמען פֿון „ביראָבידזשאַנער‟, ווײַל די ווײַט־מיזרחדיקע אוטאָפּיע האָט גענומען שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אין דער סאָוועטיש־ייִדישער פּאָליטיק. פֿירן די אַרבעט האָבן געמוזט די זעלבע מענטשן — די געוועזענע „יעווסעקן‟, צווישן וועלכע זײַנען געווען פֿאַרשיידענע מענטשן — שמאָלקעפּיקע דאָגמאַטיקער, אויפֿריכטיקע אידעאַליסטן, טאַלאַנטירטע אינטעלעקטואַלן, קאַריעריסטן וכ׳. בדרך־כּלל איז זיי ניט לאַנג געווען באַשערט צו פֿירן די דאָזיקע אַרבעט. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן ניט איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע מאַסן־„רייניקונגען‟ אין דער צווייטער טייל פֿון די 1930ער יאָרן; אָדער האָבן איבערגעלעבט די רעפּרעסיעס נאָכן אָפּשמאַכטן לאַנגע יאָרן אין „גולאַג‟. אַזאַ איז שוין געווען די „יעווסעקישע דאָליע‟.