אַ בוך וועגן די יעדוואַבנער ייִדן

Meet the Jedwabne Jews

אַנאַ ביקאָנט
Courtesy of Marcel Lozinski
אַנאַ ביקאָנט

פֿון דאָנאַלד שנײַדער (Forward)

Published March 17, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

הײַנט שטייט לעבן יענעם שטאַל אַ דענקמאָל לזכר די אומגעקומענע ייִדן, וואָס דערקלערט אָבער נישט, ווער ס׳איז געווען שולדיק אין דער שחיטה. ביקאָנט האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז אין איר בוך דערציילט זי וועגן די הײַנטיקע תּושבֿים פֿון יעדוואַבנע, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל קינדער פֿון די מערדער. אַ טייל פֿון זיי געדענקען די בלוטיקע אָרגיע פֿון פּײַניקונג און טויט; זיי געדענקען אויך די נעמען פֿון די ייִדישע קינדער, מיט וועלכע זיי האָבן זיך געלערנט אין אַ שול; און זיי קענען נישט פֿאַרגעסן דעם שוידערלעכן טאָג, ווען זייערע אייגענע טאַטעס און פֿעטערס האָבן אומגעבראַכט זייערע חבֿרים. די אָרעמע יעדוואַבנער ייִדן האָבן נישט געהאַט קיין אייגענע שול.

ביקאָנט האָט געזאָגט, אַז ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע תּושבֿים אין יעדוואַבנע גלייבן נישט, אַז די פּאָליאַקן זענען שולדיק אין דער רציחה. אין דער זעלבער צײַט, ברענט אינעם דאָרך נאָך אַלץ אַ בפֿירושע שׂינאה צו ייִדן. פֿאַר דער מלחמה, האָבן די אָרטיקע תּושבֿים געשטימט פֿאַר דער אַנטיסעמיטישער נאַציאָנאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי און זיך צוגעהערט אינעם קלויסטער צו די קאַטוילישע גלחים, וועלכע האָבן געפּריידיקט אַ טיפֿן אַנטיסעמיטיזם. דער אָרטיקער גלח עדואַרד אָרלאָווסקי, וועלכער איז געווען בעת דער שחיטה אַ צען־יאָריק ייִנגל, האָט געזאָגט דער מחברטע פֿאַרן טויט, אַז „ייִדן זענען דער קוואַל פֿון אַלצדינג שלעכטס‟. אַ סך אָרטיקע פּאָליאַקן האָבן אויך פֿײַנט געהאַט די ייִדישע תּושבֿים פֿאַר די פּראָ־סאָוועטישע שטימונגען, ווען דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אָקופּירט דעם מיזרחדיקע טייל פֿונעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט יעדוואַבנע, און צעטיילט די טעריטאָריע מיטן „דריטן רײַך‟ אין 1939.

אין אַ סך אַנדערע פּוילישע שטעט וויל דער יונגער דור וויסן מער וועגן די אָרטיקע ייִדן און זייער געשיכטע, הגם ס׳רובֿ פּאָליאַקן גלייבן נאָך אַלץ, אַז זיי האָבן מער געליטן פֿון די נאַציס. אין יעדוואַבנע פֿאַרשווײַגט מען אָבער ביז הײַנט דעם פֿינצטערן סוף פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע תּושבֿים פֿונעם דאָרף האָבן נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיט אַ זשורנאַליסט. דער דערמאָנטער גלח האָט זיי געוואָרנט, אַז טאָמער זיי הייבן אָן אַ רייד וועגן די דערמאָרדעטע ייִדן, וועט ער זיי נישט דערלאָזן באַערדיקט צו ווערן אויף אַ קאַטוילישן צווינטער. אַ קליינע צאָל עלטערע יחידים, וואָס האָבן יאָ דערציילט וועגן דער שחיטה, האָבן געשמועסט מיט דער מחברטע בסוד.

ביקאָנט האָט באַטאָנט, אַז זי פֿילט זיך נאָך, אין איין צײַט, ווי אַ ייִדישע פֿרוי און אַ פּאָליאַטשקע, הגם נאָכן באַקענען זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן און נאָך פֿיר יאָר פֿאָרשונגען פֿונעם יעדוואַבנער פּאָגראָם האָט זי אָנגעהויבן זיך פֿילן אומבאַקוועם מיט איר פּוילישער אידענטיטעט. זי גלייבט, אַז די נײַע ייִדישע מוזייען און בילדונג־פּראָגראַמען קאָנען בײַטן דעם מצבֿ אין פּוילן צום גוטן. ס׳רובֿ אָרטיקע גלחים בלײַבן אָבער אַנטיסעמיטן און לאָזט ווײַטער איבער זייער העסלעכע השפּעה אויף די פּוילישע קינדער.