נאָך די וואַלן

After the elections

אַ פּלאַקאַט פֿון דער “ישׂראל ביתנו”־פּאַרטיי, וועמענס לאָזונג פֿאַר די איצטיקע וואַלן איז געווען “טויטן־שטראָף פֿאַר טעראָריסטן”. ירושלים, דעם 5טן מאַרץ
Getty Images
אַ פּלאַקאַט פֿון דער “ישׂראל ביתנו”־פּאַרטיי, וועמענס לאָזונג פֿאַר די איצטיקע וואַלן איז געווען “טויטן־שטראָף פֿאַר טעראָריסטן”. ירושלים, דעם 5טן מאַרץ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 18, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„דעם אמת געזאָגט, גאָרנישט. מיר האָבן אַלץ, וואָס מיר ווילן האָבן. אַ חוץ געזונט, אָבער דאָס האָט ער אונדז ניט צוגעזאָגט.‟

אָט אַזאַ „באַוווּסטזיניקייט‟ האָט מײַן קרובֿה דעמאָנסטרירט; און איך בין זיכער, אַז זי איז גאָר ניט די איינציקע מיט אַזאַ טיף־פּאָליטישער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ אין לאַנד. אָבער אַזעלכע אָפּשאַצונגען האָבן בלי־ספֿק געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דעם פּאַסיאַנס, וואָס האָט זיך צעלייגט נאָך די וואַלן.

די געלערנטע, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט פּאָליטישע וויסנשאַפֿטן, וועלן נאָך לאַנג קײַען און איבערקײַען די ישׂראלדיקע וואַלן. אַ סבֿרא, אַז מע וועט אין זיי באַטראַכטן אויך דעם „רוסישן אַספּעקט‟. די רוסיש־רעדנדיקע ישׂראלים האָבן דאָך גענוג שטימען אויף צו באַשטימען כּמעט דאָס פֿינפֿטל (דאַכט זיך, 18 ערטער) פֿון דער כּנסת. דערווײַל האָב איך ניט געזען קיין סטאַטיסטיק, וואָס זאָל ווײַזן ווי אַזוי זיי האָבן געשטימט. אָבער ס׳איז דאָ עפּעס אַ סטאַטיסטיק, באַזירט אויף אויספֿרעגן וועגן דעם, ווי אַזוי זיי האָבן זיך געקליבן צו שטימען. און ס’איז קלאָר, אַז זייערע פֿאַוואָריטן זײַנען געווען בנימין נתניהוס „הליכּוד‟ און אַבֿיגדור ליבערמאַנס „ישׂראל ביתנו‟.

מיך חידושט עס אין גאַנצן ניט. נאָך מער: איך זע אין דעם אַ געוואַלדיקע לאָגיק, ווײַל עס שפּיגלט אָפּ דעם אידעאָלאָגישן פּרצוף, וואָס איז פֿאָרמירט געוואָרן אין די סאָוועטישע צײַטן. איך וועל גאָר ניט זײַן איבערגעראַשט, אויב עס וועט זיך אויסקלאָרן, אַז אַריבער 80 פּראָצענט רוסיש־רעדנדיקע האָבן געשטימט פֿאַר די רעכטע פּאַרטייען. אויף אַזאַ אופֿן וואָלט עס זיך גוט קאָרעגירט מיט דעם מצבֿ אין רוסלאַנד, וווּ אַריבער 80 פּראָצענט האַלטן אונטער וולאַדימיר פּוטינען.

די פּאַראַלעלן צווישן פּוטיניזם און נתניהויִזם זײַנען ניט מײַנע אײַנפֿאַלן. איך האָב עס אויסגעלייענט בײַ אַנדערע. אָבער מיר דאַכט זיך, אַז עס זײַנען דאָ טאַקע אייניקע סימנים (איך וויל זיי ניט איבערטרײַבן), וואָס פֿאַראייניקן ביידע פֿירער. דאָס האָט זיך, למשל, זייער בולט אָפּגעשפּיגלט אין די רייד וועגן די אויסלענדישע ליבעראַלן, וואָס פֿינאַנצירן צי פּשוט שטיצן די היגע ליבעראַלן. דערמיט האָט נתניהו גענוצט פּוטינס וואָקאַבולאַר און סטיליסטיק.

ווען איך שרײַב עס, האָט נתניהו נאָך ניט באַקומען דעם סיגנאַל צו קאָנסטרויִרן אַ רעגירונג, אָבער ער שנײַדט זיך שוין אויף אַ נײַעם פּרעמיער־מיניסטער. עס בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז זײַן פֿערטע „ממשלה‟ וועט ניט פֿירן צו אַ ווײַטערדיקער איזאָלאַציע פֿון ישׂראל.