עטל קאָווענסקי — די פֿילפֿאַרביקע בינע־קינסטלערין

Ethel Kovenski: The Illustrious Theatrical Artist

פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

דעם 19טן סעפּטעמבער 1946 איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער סעמינאַר, וווּ מען האָט באַהאַנדלט די טעטיקייט פֿון יונגע אַקטיאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער באַרימטער טאַיִראָוו האָט געזאָגט וועגן עטלען: „צווישן די יונגע געפֿינט זיך אַ יונגע העלדין — די אַקטריסע פֿון ‘גאָסעט’ עטל קאָווענסקי. דערלויבט מיר, חבֿרים, זי צו פֿאַרבעטן אויף גאַסטראָלן אין אונדזער קאַמעראַלן טעאַטער און געבן איר די מעגלעכקייט פֿאַר פּראָדוקטיווער, שעפֿערישער אַרבעט‟. אַזוי זאָגט זיך אַרויס אַ גרויסער אַקטיאָר וועגן דער יונגער אַקטריסע עטל קאָווענסקי. קיין שמץ פֿון קינאה, קיין טראָפּן פֿון נישט־פֿאַרגינערישקייט! בײַ אַקטיאָרן איז דאָס אַ זעלטענע דערשײַנונג…

זאָגט די באַרימטע אַקטריסע אַ. ק. טאַראַסאָוואַ: „צום באַדויערן פֿאַרשטיי איך נישט קיין ייִדיש. סאָלאָמאָן מיכײַלאָוויטש מיכאָעלס און דער וווּנדערבאַרער זוסקין האָבן מיך צוגערעדט צו זען די פֿאָרשטעלונג וואָס ווערט געשפּילט אין ‘גאָסעט’ — די פּיעסע ‘חתונה געהאַט’ לויט דער דערציילונג ‘עס ברענט’ פֿון י.ל. פּרץ. איך האָב געקוקט אויף דער יונגער אַקטריסע קאָווענסקי און, אויפֿריכטיק גערעדט, האָב איך נישט געקאָנט זיך שיידן פֿון איר. איך גלייב, אַז מיר וועלן זיך טרעפֿן אין גיכן…‟

10 גרויסע רוסישע אַקטיאָרן זאָגן זיך אַרויס מיט התלהבֿות וועגן דער יונגער אַקטריסע עטל קאָווענסקי. קיין בעסערע רעצענזיע דאַרף מען נישט!

אין יאָר 1970 קערט זי זיך אום צו ייִדיש, זײַענדיק נאָך אין רוסישן טעאַטער. איר ערשטע אויפֿפֿירונג איז געווען אַ קינסטלעריש־מוזיקאַלישע פּראָגראַם „אַ ליד וועגן אַ ליד‟. די מוזיק צו דער פֿאָרשטעלונג האָט פֿאַרפֿאַסט איר מאַן, דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן.

אירמאַ יאַונזעם, פֿאָלקס־אַרטיסטין פֿון רספֿס״ר, שרײַבט וועגן דער פֿאָרשטעלונג: „די שוישפּילערין פֿונעם אַקאַדעמישן „מאָססאָוויעט‟־טעאַטער טרעט אויף מיט אַ קאָמפּאָזיציע, וואָס די אויטאָרין האָט אָנגערופֿן ‘אַ ליד וועגן אַ ליד’. דאָס איז אַ ליד וועגן אַ פֿאָלק, וואָס זינגט ווי יעדעס פֿאָלק, סײַ אין צײַטן פֿון גרויסער פֿרייד, סײַ אין צײַטן פֿון שווערע ליידן. די לידער האָבן געקלונגען גלענצנדיק. זיי זענען באַאַרבעט געוואָרן דורכן קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן. עס זענען אויך געווען לידער מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָר גופֿא‟.

צוזאַמען מיט איר מאַן און איר משפּחה פֿאַרלאָזט עטל קאָווענסקי רוסלאַנד און דעם 6טן נאָוועמבער 1972 קומען זיי אָן קיין ישׂראל. דאָ ווערט קאָווענסקי גלײַך אָנגענומען אין העברעיִשן נאַציאָנאַלן טעאַטער „הבימה‟. זי האָט געשפּילט אין דעם טעאַטער מיט די וויכטיקסטע העברעיִשע אַקטיאָרן, ווי רפֿאל קליאַטשקין, שמואל סעגאַל, ישׂראל בעקער א״אַנד. אין „הבימה‟ האָט זי געשפּילט 15 יאָר.