עטל קאָווענסקי — די פֿילפֿאַרביקע בינע־קינסטלערין

Ethel Kovenski: The Illustrious Theatrical Artist

פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

פּאַראַלעל צו איר אַרבעט אין העברעיִשן טעאַטער טרעט זי אויף ביזן הײַנטיקן טאָג מיט וואָרט־ און געזאַנג־קאָנצערטן אין אַלע ייִשובֿים איבערן לאַנד. זי איז אויך אויפֿגעטראָטן מיט אירע קאָנצערטן, צוזאַמען מיטן קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, אין פּאַריז, בעלגיע, אויסטראַליע, ווי אויך אין רוסלאַנד. עטל קאָווענסקי צייכנט זיך אויס מיט איר שיינער שטימע און דיקציע. שטרענג היט זי אָפּ די ריינקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. זי זינגט אויסשליסלעך לידער פֿון גוטע מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן. צו טאַלאַנט דאַרף מען נאָך האָבן אַ קאַפּעטשקע מזל… איר מאַן, דער קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן, האָט געשאַפֿן אָדער באַאַרבעט דעם ווײַט־גרעסטן טייל פֿון איר מוזיקאַלישן רעפּערטואַר.

מיט קנאַפּע 20 יאָר צוריק איז אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן דער „ייִדישפּיל־טעאַטער‟, וואָס פֿירט אויף, בדרך־כּלל, אַ קינסטלערישן רעפּערטואַר, פֿון צײַט צו צײַט אויך פֿאַרווײַלונגס־רעפּערטואַר. אין דעם טעאַטער האָט קאָווענסקי געפֿונען איר ריכטיקן פּלאַץ.

איך האָב זי געזען אין „ייִדישפּיל־טעאַטער‟ אין אייניקע ראָלעס. באַזונדערס האָט זי זיך אויסגעצייכנט אין צוויי ראָלעס: אין דער ראָלע פֿון מאַכלע אין „מירעלע אפֿרת‟ פֿון יעקבֿ גאָרדין און אין „גאָלדפֿאַדען־חלום‟ פֿון איציק מאַנגער און יעקבֿ ראָטבאַום. אין מאַכלע האָט זי געשאַפֿן אַ זעלטענע, אויטענטישע געשטאַלט פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, וואָס האָט נישט „קיין אייגן לעבן‟. זי דינט בײַ דער פֿרוי מירעלע, דער גבֿירטע, זי איז איר געטרײַ, זי גייט מיט איר אַ גאַנץ לעבן אין אַלע צרות און ליידן… די האַנדלונג פֿון „מירעלע אפֿרת‟ קומט פֿאָר אין גראָדנע. עטל שטאַמט פֿון דער דאָזיקער געגנט. זי לעבט מיט דער אַטמאָספֿער פֿון פּויליש־ליטוויש־ווײַסרוסישן שטעטל. דעריבער איז זי אין דער פֿאָרשטעלונג די אויטענטישסטע געשטאַלט.

די צווייטע פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער זי האָט זיך אויסגעצייכנט, איז געווען די ראָלע פֿון דער מכשפֿה אין „גאָלדפֿאַדען־חלום‟ פֿון איציק מאַנגער און יעקבֿ ראָטבאַום. וויפֿל ענערגיע האָט זי אַרײַנגעלייגט אין דער ראָלע… וואָס פֿאַר אַ ווילדער טעמפּעראַמענט! די ראָלע פֿלעגט אַ מאָל אין ייִדישן טעאַטער שפּילן אויסשליסלעך אַ מאַן. אַ פֿרוי האָט זיך מיט דער ראָלע נישט געקאָנט אַן עצה געבן…

אויסער אירע וואָרט־ און לידער־קאָנצערטן איז עטל לעצטנס באַשעפֿטיקט מיט אַרויסגעבן אין דרוק איר מאַמעס זכרונות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַ דאַנק איר איניציאַטיוו, איז ביז איצט דערשינען דאָס בוך אין ייִדיש — „פֿאַרגעדענקט אויף אייביק‟. דאָס בוך איז שוין איבערגעזעצט געוואָרן אויף עבֿרית און אין גיכן וועט דאָס בוך דערשײַנען אין אַן ענגלישער איבערזעצונג.