אַ קיבוץ לעבן עזה היילט נאָך אַלץ אויס די וווּנדן

At Kibbutz Near Gaza, Wounds Are Still Healing

נאווה עציון און איר 14־יאָריקער זון טל, כּמעט מיט אַ יאָר נאָך זאבֿ עציונס טויט
נאווה עציון און איר 14־יאָריקער זון טל, כּמעט מיט אַ יאָר נאָך זאבֿ עציונס טויט

פֿון נעמי זעוועלאָף (Forward)

Published July 14, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די אַלמנה, נאווה עציון, האָט נישט געגלייבט, אַז אַזאַ גרויסער אומגליק קאָן געשען מיט איר מאַן, אַ געניטער מומחה אין זיכערהייט־ענינים. בעת דער מלחמה, האָט די משפּחה זיך עוואַקויִרט אין משמר־העמק. איר מאַן איז אָבער געבליבן אינעם קיבוץ, כּדי אָפּצוהיטן די תּושבֿים פֿון סכּנה מיט דער הילף פֿון זײַנע צוויי צעל־טעלעפֿאָנען און אַ „פּיידזשער‟. עציון האָט פֿאַראָבֿלט פֿינף קינדער פֿון 12 ביז 23 יאָר.

דער פּלוצעמדיקער טויט פֿונעם זיכערהייט־שעף האָט פֿאַרטרויערט און פֿאַרזאָרגט די קיבוצניקעס. כּל־זמן עציון פֿלעגט פֿאַרזיכערן זייער מצבֿ, האָבן זיי געפֿילט אַ געוויסע „אימוניטעט‟ און געגלייבט, אַז מיט אַזאַ מענטש דאַרף מען נישט מורא האָבן.

איידל רעמער, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע פֿרוי, וואָס וווינט אין נירים זינט די 1970ער יאָרן, האָט דערציילט, אַז עציון האָט באַזוכט איר שטוב מיט עטלעכע שעה פֿאַר זײַן אומקום, ווען אַ ראַקעט האָט געלאַנדט לעבן איר שלאָפֿצימער. הגם קיינער האָט נישט געליטן, האָט זי זיך געלאָזט קיין תּל־אָבֿיבֿ. אויפֿן צווייטן טאָג, האָט זי זיך אומגעקערט אין נירים אויף עציונס לוויה. רעמער האָט מורא, אַז אַחוץ די ראַקעטן, דראָט דעם קיבוץ אַ מעגלעכע סכּנה מצד די „כאַמאַסניקעס‟, וואָס קאָנען אַרײַנדרינגען אין דער געגנט דורך געהיימע טונעלן. זי גלייבט אָבער, אַז כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון ווײַטערדיקע אַטאַקן, מוז מען איבערבויען די צעשטערטע אינפֿראַסטרוקטור אינעם עזה־פּאַס און דערגרייכן אַ לאַנגצײַטיקן אָפּמאַך מיט „כאַמאַס‟. אַדרבה, זי האָט באַמערקט, אַז איר שלאָפֿצימער האָט מען פֿאַרראָכטן במשך פֿון צוויי וואָכן, אָבער אין עזה האָט מען דערווײַל נישט רעמאָנטירט קיין איינציק באָמבאַרדירט הויז.