אַ יאַריד מיט אַ שטרײַמל און קוילן

A Flea Market with a Shtreimel and Bullets

Yehuda Blum

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 04, 2015, issue of October 30, 2015.

לעצטנס בין איך, צוזמאַנען מיט די עלטערן, געפֿאָרן אויף אַ ריזיקן יאַריד פֿונעם סאָרט, וואָס מיר אַמעריקאַנער רופֿן אָן מיטן מאָדנעם אויסדרוק, וואָס קלינגט אויך אויף ייִדיש — „פֿליי־מאַרק‟. אויפֿן יאַריד אין אַ גאָר דאָרפֿישן ווינקל פֿון דרום־ניו־דזשערזי זענען, ווי ווײַט איך ווייס, ניטאָ קיין פֿליי, אָבער ס׳זענען יאָ געווען העכער טויזנט פֿאַרשידענע סוחרים, וואָס האָבן פֿאַרקויפֿט אַלע מינים אַלטוואַרג. צווישן די קליינע טישן, פֿאַרשטעלט מיט סחורה האָט מען געקענט געפֿינען אַלט מעבל, פֿאַרשידענע מינים פֿאַלשע צירונג, אַלטע צײַטונגען און ספּאָרט־אָנדענק־זאַכן, מוזיקאַלישע אַלבאָמען אויף עטכע פּלאַטעס און קאַסעטן, כּלערליי אָפּגעטראָגענע קליידער, און אומצאָליקע מינים מיליטערישע אָביעקטן: אוניפֿאָרמען, מעדאַלן, ביקסן, קוילן און אַפֿילו אַ פּאָר (האָפֿנטלעך אומאַקטיווע) גראַנאַטן.

איך פֿאָר שוין אַ לעבן־לאַנג אויף אַזעלכע יאַרידן מיט די עלטערן. מיר האָבן זיי ליב ניט בלויז צוליב די אַלע טשיקאַווע זאַכן, אויף וועלכע מע קען זיך דאָרטן אָנשטויסן, נאָר אויך ובפֿרט צוליב די גאָר אינטערעסאַנטע מענטשן, מיט וועלכע מע קען זיך דאָרטן באַקענען.

די „פֿליי־מאַרקניקעס‟, די וואָס פֿאַרקויפֿן זייער אַלטוואַרג אויף אַזעלכע יאַרידן, זענען אַן אוניקאַלער שבֿט פֿאַר זיך. ס׳רובֿ פֿון זיי פֿאַרדינען ניט קיין געהעריקע געלטער פֿון זייער אַרבעט, נאָר טוען עס סתּם צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ליב אַלטע זאַכן און צו רעדן מיט די קונים און אַנדערע סוחרים, וואָס האָבן אויך ליב אַזעלכע „אוצרות‟. די וואָס מאַכן יאָ אַ לעבן נאָר פֿון אַזעלכע יאַרידן, דאַרפֿן פֿאָרן הונדערטער מײַל אַ טאָג, כּדי צו קומען צו די יאַרידן און אויך אָפּקויפֿן חפֿצים פֿון סקלאַדן, באַנקראָטירטע הײַזער און ליציטאַציעס. צו מאַכן פֿון דעם פּרנסה, מוז מען טאַקע זיך אָפּגעבן מיט דעם מעת־לעתנווײַז, און וווינען ס׳רובֿ פֿון דער צײַט אין אַ מין אייביקן נע־ונד צווישן דאָ און דאָרט. אַ דאַנק די פֿאַרשידענע יאַרידן און צוזאַמענקומענישן און דעם פֿאַקט, אַז אַזאַ שווערע אַרבעט טויג נאָר פֿאַר אַ פּאָר געציילטע ענערגישע (און אויך עקצענטרישע) מענטשן, קענען די פּראָפֿעסיאָנעלע „פֿליי־מאַרקניקעס‟ איינער דעם אַנדערן און פֿאַרמאָגן צווישן זיך אַ מין קהילה מיט איר אייגענער קולטור און אויפֿפֿיר.

מײַן הויפּט־אינטערעס אין אַזעלכע מאַרקן איז מסתּמא די ראָלע פֿונעם זכּרון. אויף אַזעלכע יאַרידן פֿאַרקויפֿט מען ניט סתּם חפֿצים, נאָר זייער אָפֿט אויך אַזאַ מין אַלטוואַרג, וואָס שאַפֿט אַ נאָסטאַלגיע נאָך אַ צײַט, וואָס די מענטשן אַליין געדענקען ניט. דאָס הייסט, עס גייט אַ רייד ניט וועגן דעם זכּרון פֿונעם יחיד, נאָר וועגן דעם פֿאָלקס־זכּרון און אַ צום־טייל, אויסגעטראַכטן פֿאַרשטאַנד פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.

אַזאַ נאָסטאַלגיע זעט מען בפֿירוש ווען עס קומט צו די מלחמה־אָנדענק־חפֿצים. איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ טיש, פֿאַרשטעלט מיט אַזאַ סחורה. לכתּחילה האָב איך באַמערקט אַ ריי גאָר אַלטע קוילן, לעבן וועלכער ס׳איז געשטאַנען אַ צעטל, וואָס האָט דערקלערט, אַז די קוילן האָט מען אויסגעגראָבן אויפֿן אַמאָליקן שלאַכטפֿעלד אין געטיסבורג, פּענסילוואַניע, וווּ העכער 46,000 סאָלדאַטן זענען דערהרגעט געוואָרן במשך פֿון דרײַ בלוטיקע טעג אין יולי 1863.