ווער עס זיצט הײַנט אויבן אָן

Who’s In Charge Today

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 09, 2015, issue of October 30, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איז די מעשׂה אַזאַ: פֿאַראַן אין אונדזערע דלתּ אַמות אַ פּלוניתטע, וואָס איר ייִחוס שטאַמט אָפּ פֿון דער מאָלדאַוואַנקע אין אָדעס, האָט זי זיך צוגעכאַפּט צום אַלטן תּרח, דעם ייִדישן באַלײַבטן גבֿיר, מיט אים חתונה געהאַט און גענומען פֿירן די גרענדע. ער איז הײַנט דער פֿאָרזיצער אין דער העכסט־אַקאַדעמישער ייִדישער אינסטיטוציע, נישט האָבנדיק אַפֿילו קיין אַנונג, אַז די אַמאָליקע יאָרן זײַנען דאָ בײַם רודער געזעסן הויך־קוואַליפֿיצירטע וויסנשאַפֿטלער, באַרימטע ייִדישע פּעדאַגאָגן און שפּראַך־קענער; און אַז זיי האָבן זיך אײַנגעשטעלט פֿאַרן כּבֿוד פֿון דער גלענצנדיקער ייִדישער אינסטיטוציע, וואָס איר עובֿדה איז באַשטאַנען פֿון ווײַטער ציִען דעם המשך פֿון אונדזער שפּראַך־וויסנשאַפֿט און קולטור.

אָבער צײַטן בײַטן זיך און יענער געלערנטער דור איז אָפּגעפֿאַלן. זייער אָרט האָבן פֿאַרנומען קליינע מענטשעלעך מיט קליינע השׂגות, דער עיקר, מיט מינימאַלן ייִדישן וויסן, מיט דער דעה פֿון נישט אָנשטרענגען זיך און זיכער זיך נישט טיף פֿאַרטיפֿן אין אַ וועלט, וואָס איז זיי לגמרי פֿרעמד. וואָס אַן אמת, זײַנען מיר פֿאַרפֿלייצט געוואָרן פֿון אַ כוואַליע פּאָלנע עם־הארצים, און זיי פֿירן די ייִדישע שיף אין דר’ערד אַרײַן. די שותּפֿטע צו אונדזערע ייִדישע גיטער פּלאַנעוועט בעלער, בענעפֿיטן, דער עיקר, אויספֿלוגן קיין אויסלאַנד, מישט זיך אַרײַן אין די ייִדישע געשעפֿטן, ווײַל דאָ האָט זי דערשמעקט מאַכט, כאָטש קיין צורה פֿון קיין אלף קען זי נישט; דאָס ייִדישע לשון איז פֿאַר איר אַ „סאָטאָ וואָטשע‟.

איז כּל־זמן זי האָט געפֿירט די גרענדע, האָבן די בית־עולם־פֿייגעלעך געזונגען קינות, די בלומען האָבן גענומען וויאַנען, און די פֿאַרגעס־מיך־נישט בלימעלעך האָבן אויסגעצויגן זייערע גערגעלעך און זיך פֿאַרוואַנדלט אין ווילדגראָז. און ווי מיר ווייסן שוין פֿונעם באַקאַנטן משל, האָט דאָס שפּרינגערל אָפּגעטאַנצט אַ גאַנצן זומער, נאָר אויפֿן ווינטער זיך נישט פֿאַרזאָרגט.

אַזאַ פּנים שטעלן מיט זיך פֿאָר די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. זיי האָבן זיך נישט פֿאַרזאָרגט אויפֿן ווינטער, אַ תּל געמאַכט פֿון אונדזער פֿרילינג און גענומען טאַנצן אויף פֿרעמדע חתונות. אָבער ווי לאַנג זאָגט מען קינות? קוק איך אַרײַן אין אונדזער איינציקער ייִדישער צײַטונג, דעם „פֿאָרווערטס‟ און ס’ווערט מיר ליכטיק פֿאַר די אויגן, קיין עין הרע, אַ מחנה יונגע ייִדיש־ייִדישע זשורנאַליסטן, פֿאָרשער, שרײַבער און פּאָעטן כּן־ירבו, באַצירן אונדזער צײַטונג, וואָס אויף דעם האָט מען זיך נישט געריכט מיט יאָרן צוריק. זײַנען מיר, הייסט עס, גרייט מיט אונדזער ייִדישן קלאַפּער־געצײַג אַנטקעגנשטעלן זיך די אָפּטריניקער, די פֿאַרלייקענער, די פּוסטע פֿעסער, וואָס קײַקלען זיך און מאַכן אַ גרויסן רושם מיט זייערע גרויסע קעפּ: „קויפֿט מכּות אויף פּסח, און הענגט אויף מאַרצעפּאַנען אויפֿן חנוכּה־בוש!‟