שלום אַש — 135

Sholem Asch - 135

דוד מאַזאָווער — אַן עלטער־אייניקל פֿון שלום אַש רעדט פֿאַר אַן עולם אין קוטנע
דוד מאַזאָווער — אַן עלטער־אייניקל פֿון שלום אַש רעדט פֿאַר אַן עולם אין קוטנע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 13, 2015, issue of October 30, 2015.

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך שוין געשריבן וועגן שלום אַשן. דעמאָלט האָב איך אַרויסגעזאָגט מײַן האָפֿענונג, אַז מע וועט הײַיאָר ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן זײַן 135סטן געבוירן־טאָג — דעם 1טן נאָוועמבער. די רייד גייט דאָך ניט וועגן אַבי וועמען, נאָר וועגן ממש אַ ריז, איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע מײַסטערס פֿון ליטעראַרישן וואָרט.

שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ווי אַ פּערזענלעכקייט, אַ טוער איז אַש בלי־ספֿק אינטערעסאַנטער פֿון, למשל, יצחק באַשעוויס־זינגערן.

דערווײַל האָב איך ניט באַמערקט, מע זאָל דעם דאָזיקן, ניט זייער קײַלעכדיקן יוביליי ברייט אָפּמערקן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועמענס בירגער איז דער שרײַבער געווען, דאַכט זיך, זינט 1920. זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן אויף דער מאַפּע פֿון ניו־יאָרק, אין דעם בראָנקסער קאָאָפּ־סיטי. אונדזער צײַטונג מאַכט ניט קיין גרויסן טראַסק אַרום דער דאַטע, אָבער, ווי אָט דער אַרטיקל ווײַזט, פֿאַרגעסט עס ניט אָפּצומערקן. שלום אַש האָט דאָך אין דער צײַטונג אָפּגעאַרבעט ניט איין יאָרצענדליק און אַ צאָל זײַנע גרעסערע ווערק זײַנען קודם אַרויס אין דער צײַטונג און דערנאָך, שוין ווי ביכער, אונטער דער מאַרקע פֿון „פֿאָרווערטס‟. כ׳האָף אַז די ענגלישע צײַטונג וועט עס אויך, אַזוי אָדער אַנדערש, דערמאָנען, וואָס איז באַזונדערס וויכטיק: דער לייענער פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟ נייטיקט זיך אין אַן „אויפֿקלערערישער אַרבעט‟, בדרך־כּלל, ניט צו פֿאַרגלײַכן ווייניקער איידער דער לייענער פֿון דער ענגלישער אויסגאַבע.

ס׳איז אַ שאָד, וואָס מע איגנאָרירט אַשן אין דער הויפּטשטראָמיקער פּרעסע. זײַנע ווערק און זײַן לעבנס־וועג קענען דאָך דינען ווי אַ מין ברייטע טיר, דורך וועלכער מע קען אַרײַנגיין צי, לכל־הפּחות, אַרײַנקוקן אין דער געשיכטע פֿון דעם ליטעראַרישן, און ניט נאָר ליטעראַרישן, ייִדישן לעבן אין 20סטן יאָרהונדערט. אין דעם האָב איך זיך איבערגעצײַגט, פֿאָרשנדיק זײַן נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, די ראָלע וואָס ער האָט געשפּילט בעת דער אַמעריקאַנער רײַזע פֿון דער סאָוועטישער דעלעגאַציע (שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער) אין יאָר 1943, ווי אויך אַנדערע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן.

לויט אַלע סימנים נאָך, איז דאָס איינציקע אָרט וווּ מע פֿאַרגעסט ניט הײַנט צו פּראַווען ווי עס דאַרף צו זײַן שלום אַשס קײַלעכדיקע און ניט קײַלעכדיקע געבוירן־טעג, איז זײַן פּוילישע היימשטאָט קוטנע, וווּ ער האָט דערזען די ליכט פֿון דער וועלט אין יאָר 1880. פֿון דעם 8טן ביזן 11טן אָקטאָבער איז אין קוטנע דורכגעפֿירט געוואָרן דער 9טער פֿעסטיוואַל, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום אַש (www.tp.com.pl/kultura/ix-festiwal-im-szaloma-asza.html).

איך בין אין קוטנע ניט געווען — ניט הײַיאָר, ניט די פֿריִערדיקע אַכט מאָל. ווי איך פֿאַרשטיי, ווערט דער אַש־יום־טובֿ אָרגאַניזירט איין מאָל אין צוויי יאָר. פֿונעם לייענען די עדיעה, וועלכע זײַנען צוטריטלעך אין אינטערנעץ, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ס’איז ניט קיין אינטערנאַציאָנאַלע געשעעניש, כאָטש עס זײַנען דאָרטן געווען געסט פֿון ענגלאַנד (בתוכם דוד מאַזאָווער — אַן עלטער־אייניקל פֿון שלום אַשן און אַ קענער פֿון ייִדישער קולטור־געשיטכע) און, אפֿשר, פֿון אַנדערע לענדער. אָבער אין תּוך אַרײַן, איז עס אַ היגע — קוטנער און בכלל פּוילישע — אונטערנעמונג, וואָס מאַכט עס ניט ווייניקער וויכטיק און אוניקאַל. איך בין גאָר ניט זיכער, צי עפּעס אַזוינס קומט פֿאָר אין די היימשטעט פֿון אַנדערע גרויסע ייִדישע שרײַבער. און טאָמער טאַקע עס קומט אַזאַ זאַך פֿאָר, איז עס ווידער אין פּוילן — ווי דאָס פֿײַערן פֿון י.־ל. פּרצעס 100־יאָריקן יוביליי אין זאַמאָשטש.

צוריק גערעדט, ווייס איך ניט, ווי גרעסער ס‘ווערט, אַ דאַנק דעם דאָזיקן פֿעסטיוואַל, די צאָל לייענער, וואָס נעמען אין די הענט שלום אַשס ביכער. מײַן סקעפּטישקייט איז באַזירט אויף דעם פֿאַקט, וואָס דער קאַטאַלאָג פֿון דער פּוילישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק ווײַזט נאָר געציילטע ביכער פֿון אַשן, וועלכע זײַנען אַרויס אין דעם יאָרהונדערט. צי הייסט עס, אַז דער פֿעסטיוואַל ציט צו עפּעס אַן עולם בלויז אין משך פֿון די עטלעכע טעג פֿון זײַנע אַקטיוויטעטן, און דערנאָך פֿאַרגעסט מען בכלל אין פּוילן אין דעם ייִדישן לאַנדסמאַן, כּדי זיך ווידער דערמאָנען אין אים נאָר אין צוויי יאָר אַרום? איך האָף, אַז דער רעאַלער מצבֿ איז, פֿון דעסטוועגן, אַ בעסערער.

איך וועל אָפּמערקן שלום אַשס יוביליי אויף מײַן אייגענעם אופֿן. שוין עטלעכע יאָר ווי איך גיב מײַנע סטודענטן צו לייענען זײַנע ווערק. אין דעם פֿאַרגאַנגענעם אַקאַדעמישן יאָר האָט אַ סטודענט געשריבן אַ דיפּלאָם־אַרבעט וועגן אַשס ראָמאַן „איסט ריווער‟. און הײַיאָר פֿיר איך אַ לייען־גרופּע פֿון זעקס דאָקטאָר־סטודענטן פֿון אונדזער ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. מיר קלײַבן זיך צונויף איין מאָל אַ וואָך און לייענען איינס פֿון אַשס פֿריִערע ווערק — „אַמעריקע‟, וואָס איז, אַגבֿ, ניטאָ אויף ענגליש, אַחוץ אַ פּאָר איבערגעזעצטע אויסצוגן. סײַדן איך האָב אַ פֿולע איבערזעצונג פֿאַרזען.