וואָס איז דאָ צו שטוינען?

What is there to be stunned about?

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „דער זון פֿון שאָולן”
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „דער זון פֿון שאָולן”

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 16, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

זײַענדיק אין מינכן נאָכן חורבן, איז לאה אַוועק אין דער דײַטשער גימנאַזיע, אָנטייל גענומען אין פֿאַרשיידענע קלאַסן ביז עס איז געקומען צו אַלגעברע. ווען דער דײַטשער לערער האָט פֿאַרשריבן אַ מאַטעמאַטישע פֿאָרמל אויפֿן טאָוול, האָט לאה נישט אײַנגעשטימט און געוואָלט וויסן, צי זי אַליין מאַכט אַ טעות, צי דער לערער האָט זיך טועה געווען. איז דער לערער געוואָרן מלא־רציחה און אַרײַן אין אַ ווילדן אויסברוך:

„האָסט אַ מזל, מיידכען”, האָט ער געשריגן, „אַז דו ביסט ניצול געוואָרן, אַנישט וואָלסטו הײַנט געווען בײַ מיר אין אַש־בעכער.”

אַזוי אַז די וועלט האָט זיך ווייניק וואָס געביטן, אַפֿילו נישט אויף קײן האָר, דער מין מענטש בײַט זיך נישט, צײַטן בײַטן זיך, בלויז די חיה אין מענטש קען נישט אײַנליגן.

פֿאַראַן הײַנט עלעקטראָנישע מכשירים, וואָס מעסטן די אימפּולסן אין מענטשלעכן מוח. טראַכט איך, אויב שוין יאָ אַזוי, פֿאַרוואָס נישט אויסלעשן די חיהשע אינסטינקטן אין דער באַשעפֿעניש, וואָס רופֿט זיך מין מענטש; אפֿשר וועט מען דערמיט ראַטעווען דאָס גערעטעניש אין בני־אדם.

שטעלט אײַך פֿאָר ליבע מענטשן, איך עפֿן אויף דאָס טעלעוויזיע־קעסטל און וועמען זע איך? אַ טוץ קאַנדידאַטן וואָס רײַסן זיך צו ווערן די הויפּט־שישקע אין „ווײַסן־הויז”, און צווישן זיי דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קינדער־דאָקטער, כירורג ד״ר בען קאַרסאָן. ער מאַכט אַ גוטן אײַנדרוק מיט זײַן לאָגישן שׂכל־הישר. פֿרעגט מען אים, וואָס פֿאַראַ מיינונג ער האָט וועגן דעם חורבן, די זעקס־מיליאָן ייִדן, וואָס זײַנען אומגעקומען בײַ היטלערן? קוקט ער גלײַכגילטיק אין דער טעלעוויזיע־קאַמערע און זאָגט:

„ווען די ייִדן וואָלטן אָבער דעמאָלט געהאַט רעוואָלווערן, וואָלט צו דעם נישט געקומען.”

אָט האָסטו דיר די צווייטע טעג יום־טובֿ, אַ קינדער־דאָקטער, אַ כירורג, אַ שוטה שבגולם, וואָס פֿאַרשטייט אַ קרענק. גיי זאָג אים, אַז צווישן די קדושים האָט מען אויסגעקוילעט אַ מיליאָן מיט אַ האַלב קינדער.

וואָלט איך אים געשטעלט די זעלבע פֿראַגע:

„גרויסער חכם־בלילה דאָקטער־כירורג, איז פֿאַרוואָס זשע האָט מען אַהער געשלעפּט, דער עיקר, קיין אַמעריקע די אַפֿריקאַנער יונגע מענטשן און געמאַכט פֿון זיי שקלאַפֿן, זיי באַהאַנדלט ווי די הינט און אויסגענוצט ביזן ביין? ווען מ’גיט זיי אָבער רעוואָלווערן, מעסערס און קאַנאָנען, וואָלטן זיי זיך געקענט ווערן און אויסגעמיטן די שקלאַפֿערײַ.”

אָט האָט איר עס! קאַנדידאַטן וואָס רײַסן זיך צום „ווײַסן הויז‟, אָן אַ ברעקל שׂכל, עניווות, מענטשלעכקייט, אײַנזעעניש, מיטגעפֿיל, פֿאַרשטאַנד, אַבי צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט.