ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 30, 2015, issue of December 25, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

כעמי פּערעס, דער זון פֿון שמעון און דאָס אײניקל פֿון יצחק פּערעס, האָט באַזוכט די יורשים פֿון רעקס דײקערן אין מעלבורן. כעמי איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּערעס־צענטער פֿאַר שלום און אינאָװאַציע.

נײַער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער, קריסטלעכער און מוסולמענישער אַסאָציאַציע

הרבֿ ראַלף גענענדע איז באַשטימט געװאָרן װי דער נײַער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער, קריסטלעכער און מוסולמענישער אַסאָציאַציע פֿון אױסטראַליע. די אַסאָציאַציע איז געגרינדעט געװאָרן אין 2003. הרבֿ גענענדע זאָגט, אַז ער איז ספּעציעל צוגעצױגן געװאָרן צו דער אַסאָציאַציע, צוליב איר װיכטיקער אַרבעט בײַם באַקעמפֿן סטערעאָטיפּן און אָפּצושאַפֿן מיספֿאַרשטענדענישן צװישן יוגנטלעכע פֿון די דרײַ רעליגיעס.

דער מעלבורנער רעפֿאָרם־טעמפּל פֿײַערט 85 יאָר

דער ערשטער מעלבורנער רעפֿאָרם־טעמפּל, „ק״ק בית ישׂראל‟, פֿײַערט אירע 85 יאָר. דער טעמפּל איז געגרינדעט געװאָרן דעם ערשטן אַפּריל, 1930. ער האָט אָנגענומען דעם נאָמען „ק״ק בית ישׂראל‟ אין 1937. די פֿײַערונגען װעלן פֿאַרנעמען דעם גאַנצן חנוכּה סוף־װאָך. צװישן אַנדערע שבתדיקע און חנוכּה־אונטערנעמונגען, װעלן די מתפּללים הערן װעגן דער געשיכטע פֿונעם טעמפּל, װעגן זײַנע מיטגרינדערס, און זײ װעלן זען אַ נײַע אױסשטעלונג פֿון יודאַיִקאַ פֿונעם טעמפּלס זאַמלונג.

די בריזבענער שיל פֿײַערט אירע 100 יאָר

בריזבען, די הױפּט־שטאָט פֿון דעם שטאַט קװינסלאַנד, האָט איצט צװײ שילן. אײנע פֿון זײ, די דרום־בריזבענער שיל, האָט געפֿײַערט אירע 100 יאָר. אַ צװײטע שיל, די בריזבענער שיל, געפֿינט זיך אױף דער זעלבער בריזבענער גאַס זינט 1886. די בריזבענער שיל איז געגרינדעט געװאָרן פֿון ענגלישע ייִדן און זײער נאָכװוּקס; און די דרום־בריזבענער שיל איז געגרינדעט געװאָרן אין 1915 פֿון די רוסישע ייִדן און זײער נאָכװוּקס.