ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 30, 2015, issue of December 25, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

דער אָריגינעלער לאָקאַל פֿון דער דרום־בריזבענער שיל האָט זיך געעפֿנט דעם 11טן מאַרץ, 1917. מיט צװײ יאָר שפּעטער, אין 1919, איז אַן אַנטי-בריטישע פּאַניק אַדורך דורך בריזבען, און דער שילס פּרעזידענט האָט געפֿונען פֿאַר נײטיק צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ בריװ אין דער לאָקאַלער ענגלישער צײַטונג צו מעלדן די שכנים, אַז די מיטגלידער פֿון דער שיל זײַנען „אמתע, געטרײַע און איבערגעגעבענע בירגער פֿון דער בריטישער אימפּעריע“. בעת די 1920ער יאָרן האָט די שיל אױפֿגעבױט אַ זאַל פֿאַר שׂימחות, אַ ייִדישע סקױטן־גרופּע און אַ ייִדישע ספּאָרט־גרופּע, װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ טײל פֿון „מכּבי אױסטראַליע‟. אַ שׂריפֿה האָט פֿאַרברענט די אַלטע געבײַדע אין 1976. אַ נײַע געבײַדע איז אױפֿגעבױט געװאָרן אױף אַ בעסער אָרט — אָן די פֿאַרפֿלײצונגען, װעלכע האָבן געשטערט דער אַלטער געבײַדע אין 1979. אין די 1980ער יאָרן איז צו איר צוגעקומען אַ חב”ד־הױז און אַ מיקװה.

דער עלטסטער מיטגליד פֿון דער עלװוּד־שיל פֿײַערט זײַנע 105 יאָר

לעאָ בוכלער איז געבױרן געװאָרן מיט 105 יאָר צוריק אין אונגאַרן. ער האָט איבערגעלעבט אַ נאַצישן אַרבעטס־לאַגער בעתן חורבן און האָט זיך באַזעצט אין מעלבורן אין אײנעם מיט זײַן פֿרױ נאָכן אונגאַרישן אױפֿשטאַנד אין 1956. לכּבֿוד זײַנע 105 יאָר, האָט ער געמאַכט אַ לחיים מיט זײַן זון, פּאָול בוכלער, הרבֿ שמואל קאַרנאָװסקי פֿון דער עלװוּד־שיל אין מעלבורן און דער שילס פּרעזידענט, מאַרק קוראַן. דאַן האָט ער אָנגעטאָן די תּפֿילין און געכאַפּט אַ טענצל.