ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

יצחק ראָזען, ז״ל, מיט זײַן משפּחה
יצחק ראָזען, ז״ל, מיט זײַן משפּחה

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 19, 2016, issue of February 05, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ייִדן העלפֿן אַרױס אַ לײַדנדיקער משפּחה

אױסטראַלישע ייִדן האָבן געזאַמלט העכער הונדערט פֿופֿציק טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן במשך פֿון אײן טאָג, כּדי אַרױסצוהעלפֿן אַ מעלבורנער ייִדישער משפּחה, װעמענס טאַטע, יצחק ראָזען, איז אומגעקומען בעת אַ משפּחה־װאַקאַציע לעבן מעלבורן. די שולן זײַנען איצט פֿאַרמאַכט אויף די זומער־וואַקאַציעס.

דער טאַטע איז אַרױסגעגאַנגען פֿונעם צימער, װאָס די משפּחה האָט געדונגען אין אַ קלוב נישט װײַט פֿון מעלבורן, און איז געשטאָרבן אין שפּיטאָל מיט אַ טאָג שפּעטער. זײַן נײַן־יעריקער צװילינג האָט אַפֿילו געפֿײַערט זײער געבורטסטאָג אין אַ באַזונדערן שפּיטאָל־צימער. פֿרײַנד פֿון דער משפּחה זאָגן, אַז ראָזען, אַ גראַדואַנט פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה, איז געװען „אַן אמתער מענטש“, װאָס איז געװען איבערגעגעבן זײַן משפּחה און זײַן קהילה.

דער ספּאָרט־קאַרנאַװאַל הײבט זיך אָן

דער יערלעכער „מכּבי־קאַרניװאַל‟ פֿאַר 400 ייִנגערע ייִדישע ספּאָרטלער פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד האָט זיך אָנגעהױבן אין סידנעי. דער פֿאַרמעסט װעט דױערן אײן װאָך.

ייִדישע טאָגשול אױפֿן ערשטן אָרט אין װעסטערן־אױסטראַליע

די ייִדישע „כּרמל־טאָגשול‟ אין פּערט, װעסטערן־אױסטראַליע, האָט געהאַט די גרעסטע צאָל תּלמידים און תּלמידות אין דעם שטאַט װעסטערן־אױסטראַליע, װעלכע האָבן געהאַט צײכנס העכער װי 75% אױף די שטאַטישע סוף־יאָר־עקזאַמענס פֿאַרן 12טן לערן־יאָר, אין 2015. צװײ דריטל פֿון אירע גראַדואַנטן אין פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן געהאַט צײכנס העכער מיט 10% פֿון אַלע תּלמידים און תּלמידות אין װעסטערן־אױסטראַליע.

ייִדן העלפֿן אַרױס געליטענע פֿון װאַלד־שׂריפֿות

צװײ ייִדן פֿון פּערט, װעסטערן־אױסטראַליע, זײַנען געפֿאָרן מער װי 700 קילאָמעטער מיט אָנגעפּאַקטע אױטאָמאָבילן, כּדי אַרױסצוהעלפֿן די אײַנװױנער פֿונעם שטעטל יאַרלופּ. די אײַנװױנער פֿונעם שטעטל האָבן נאָר געהאַט אַ -25מינוטוקע װאָרענונג ביז די שׂריפֿה האָט דערגרײכט דאָס שטעטל. 128 הײַזער זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן אינעם שטעטל און צװײ עלטערע לײַט זײַנען אומגעקומען בעת דער שׂריפֿה. 50 פּערטער ייִדישע משפּחות האָבן געזאַמלט מאַטעריאַלן, װעלכע האָבן געװײגט אײן טאָנע, און אַלץ איבערגעגעבן די צװײ „שלעפּערס“, װי זײ האָבן זיך אַלײן באַשריבן. זײ האָבן זיך אױך בײַגעשטײַערט מיט די גרױסע מאַשינען, אין װעלכע די צװײ האָבן געפֿירט די אַלע זאַכן קײן יאַרלופּ.

לאָקאַלער ייִדישער סטודענטן־פֿאַראײן אָנערקענט

דער אױסטראַלישער ייִדישער סטודענטן־פֿאַראײן, „אָדזשעס‟, איז אָנערקענט געװאָרן װי דער אַקטיװסטער און אינאָװאַטיװסטער ייִדישער סטודענטישער פֿאַראײן אין גאָר דער װעלט, דורכן „װעלט־פֿאַראײן פֿונעם ייִדישן סטודענטן־קאָנגרעס‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען לעצטנס לעבן ירושלים.