חכמות וועגן דער מענטשהייט (ערשטער טייל)

Clever Sayings About Mankind (Part I)

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 29, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

סעמיועל באַטלער, נאָוועליסט (1835־1902) קלאָגט זיך אויפֿן גאָט פֿון זײַנע פֿאָטערס. ער שרײַבט אַז „אַן אויפֿריכטיקער גאָט איז דער איידלסטער באַשאַף פֿונעם מענטשן.‟ טראַכט איך זיך, אַז אויב דער מענטש האָט טאַקע באַשאַפֿן גאָט, קען ער דאָך נישט זײַן בעסער פֿון זײַן מענטשלעכן באַשעפֿער.

אַלבערט אײַנשטיין, (1870־1955), דער פֿיזיקער און מאַטעמאַטיקער, וועלכער האָט דערפֿינדן די טעאָריע פֿון רעלטיוויטעט. די שטעטל־ייִדן האָבן נישט געוווּסט ווי זיך צו ספּראַווען מיט זײַן „טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט‟. ווי אַזוי?

האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז כּמעט אין יעדן שטעטל האָט זיך געפֿונען אַ ייִד אַ בעל־שׂכל, האָט איינער פֿון זיי אויסגעטײַטשט אײַנשטיינס טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט בזה־הלשון:

„רעלאַטעוויטעט באַשטייט פֿון צוויי זאַכן, וואָס זײַנען די זעלבע נאָר נישט אין גאַנצן. לאָמיר זאָגן, אַז אַ מיידל קומט צום רבין, נו איז וואָס? גאָרנישט, דאָס מיידל איז אַ מיידל און דער רבי איז אַ רבי. אָבער ווען דער רבי קומט צום מיידל איז דער רבי קיין רבי נישט און דאָס מיידל איז קיין מיידל נישט. דאָס איז די טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט.‟

„אָדער נעמט, למשל, אײַנשטיינען אַליין, צי ער איז גערעכט צי ער איז נישט גערעכט, איז ער דאָך דער זעלבער אײַנשטיין. אָבער ווען מ׳האָט באַשטעטיקט, אַז ער איז יאָ גערעכט, איז ער בײַ די דײַטשן געוואָרן אַ דײַטש און בײַ די פֿראַנצויזן — אַ ייִד. אויב אָבער ווען אײַנשטיין וואָלט נישט געווען גערעכט, חלילה, וואָלטן די דײַטשן געזאָגט, אַז ער איז אַ ייִד און די פֿראַנצויזן וואָלטן געזאָגט אַז ער איז אַ דײַטש.‟

און אַזוי ווי אײַנשטיין איז געווען באַקאַנט ווי דער באַרימטסטער וויסנשאַפֿטלער אין דער וועלט, האָט ער אויך איבערגעלאָזט אַ שלל מיט ווערטלעך. אָט האָט איר אַ פּאָר פֿון זיי:

„איך קען זיך נישט צוגלייבן, האָט ער געזאָגט, אַז גאָט האָט אויסגעקליבן צו שפּילן רולעט מיט דער מענטשהייט.‟

אַחוץ דעם האָט ער צוגעגעבן: „איך גלייב אויך נישט, אַז דער גאָט פֿון טעאָלאָגיע באַלוינט די רשעים און באַשטראָפֿט די צדיקים.‟

און אַזוי ווי אײַנשטיין איז אַזש דערגאַנגען ביזן אוניווערס, זעט אויס, אַז ער איז דאָרט געבליבן שטעקן מיט זײַן טעאָריע, אָנגעקלאַפּט אין די טויערן פֿון גן־עדן, וווּ מ׳האָט אים נישט געוואָלט אַרײַנלאָזן צוליב זײַן טעאָריע, וואָס זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען.

און ווײַטער ציט דעם געדאַנקענגאַנג אײַנשטיין: „בלויז צוויי זאַכן געדויערן אַן אייביקייט: דער אוניווערס און די נאַרישקייט, און איך בין נישט זיכער וועגן דעם לעצטן געדאַנק.‟

און נאָך אַ געדאַנק איז אים אײַנגעפֿאַלן: „דער אונטערשייד צווישן נאַרישקייט און גאונות באַשטייט אין דעם וואָס דאָס גאונות האָט אַ גרענעץ.‟