חכמות וועגן דער מענטשהייט (צווייטער טייל)

Clever Sayings About Mankind (Part II)

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 04, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

ווען משה נאַדיר איז געשטאָרבן, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַרום זײַן קבֿר אַ בינטל ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געליטן פֿון קנאת־סופֿרים, און בײַם אַוועקגיין אים געוווּנטשן: „זײַ געזונט, משה!‟

איך וועל בלויז ציטירן עטלעכע קליינע אויצוגן פֿון משה נאַדירס פֿילאָסאָפֿיע אין לעבן:

„…מיר זײַנען צוגעבונדן צום ביסל אָטעם און צום שטיקל פּולס. מיר זײַנען צוגעבונדן צום נאַרישן שלאָף און צום פּאַסקודנעם ביסן. מיר זײַנען אַזוי שטאַרק צוגעבונדן, אַז מיר ווילן זיך דערפֿון בשום־אופֿן נישט אויפֿבינדן.‟

און צום סוף — פֿון נאַדירס ליד, „ייִדן און טשוועקעס‟:

וואָס איז דער שייכות צווישן ייִדן און טשוועקעס? טשוועקעס זײַנען נישט קיין גאָלד, נישט קיין זילבער, נישט קיין גלאָז, נישט קיין האָלץ, נאָר טשוועקעס. ייִדן זײַנען נישט קיין ראַסע, נישט קיין מאַסע, נישט קיין קלאַסע, נישט קיין טערקן, נישט קיין טאָטערן — נאָר ייִדן.

צו וואָס דאַרף מען טשוועקעס? צו וואָס דאַרף מען ייִדן? טשוועקעס דאַרף מען אויף צוזאַמענהאַלטן האָלץ מיט האָלץ, קלאָץ מיט קלאָץ און בוידעם מיט פּאָליצע. די זעלבע זאַך מיט ייִדן.

טשוועקעס דאַרפֿן האָבן אַ קאָפּ, אַ ייִד מוז האָבן אַ קאָפּ. אַ טשוואָק קריגט אַ קנאַק איבערן קאָפּ ווי ער פֿאַרדינט, אַ ייִד קריגט אַ קנאַק איבערן קאָפּ ווי אַנדערע פֿאַרדינען.

טשוועקעס טיילן זיך אין זיבן קאַטעגאָריעס. גרויסע, מיטעלע, קליינע, קליינינקע, פּיטשינקע, פּיטשיניונקעלע ־ די זעלבע זאַך מיט ייִדן.”

אָט האָט איר זיי, די רייד פֿון פֿאַרשיידענע חכמים. אָבער ווען עס קומט צו ייִדן, האָבן מיר אַ באַזונדערן הומאָר, סײַ פֿון אַלטע צײַטן און סײַ פֿון דער הײַנטיקער וועלט, געזעלשאַפֿטלעך, וועלטלעך, קולטורעלער, נאַציאָנאַל, אכזריותדיק, און דער עיקר באַטראַכטן מיר די וועלט ווי זי וואָלט זיך נאָך אַלץ נישט אָפּגעקילט פֿון אירע געבורט־ווייען. אָנגעהויבן האָט זי זיך מיט תּוהו ובֿוהו, און לאָמיר האָפֿן, אַז זי וועט זיך נישט ענדיקן מיט אײַנשטיינס טעאָריע, וווּ ער זאָגט פֿאַרויס:

„לאָמיר האָפֿן, אַז די דריטע וועלט־מלחמה זאָל זיך נישט ענדיקן מיט שטעקענעס, שטיינער און ביינער.‟