טלאָמאַצקע 13

13 Tłomackie Street

אַן עקספּאָזיציע געווידמעט „טלאָמאַצקע 13‟, היסטאָרישער מוזיי פֿון ייִדן אין פּוילן, וואַרשע, 2014
אַן עקספּאָזיציע געווידמעט „טלאָמאַצקע 13‟, היסטאָרישער מוזיי פֿון ייִדן אין פּוילן, וואַרשע, 2014

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 02, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

וועגן דעם אָרט, אויף טלאָמאַצקע 13, עקזיסטירט אַ גאַנצער קאָרפּוס ליטעראַטור, דער עיקר, זכרונות — נאָסטאַלגישע צײַט־רײַזעס קיין וואַרשע, אויף טלאָמאַצקע־גאַס, כאָטש ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער פֿאַראיין זיך באַזירט אין אַן אַנדער לאָקאַל. אינטערעסאַנטע באַשרײַבונגען האָט, למשל, איבערגעלאָזט דער דיכטער מלך ראַוויטש, וועלכער האָט יאָרנלאַנג געאַרבעט ווי דער סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראיין. יצחק באַשעוויס־זינגער האָט אויך וועגן דעם געשריבן.

אָט ווי עס האָט וועגן דעם „קלוב‟ זיך דערמאָנט זוסמאַן סעגאַלאָוויטש אין זײַן בוך, וואָס טראָגט טאַקע דעם טיטל „טלאָמאַצקע 13‟ (און טאָמער האָט עמעצער עס נאָך ניט געלייענט, עצה איך עס צו לייענען):

טלאָמאַצקע דרײַצן.

אַ הויז־נומער, וואָס האָט זיך אין פֿאַרלויף פֿון צוואַנציק יאָר דערוואָרבן אַ פּאָפּולאַריטעט נישט נאָר בײַ דער אינטעליגענץ און בײַ דער יוגנט פֿון גאַנצן ייִדישן פּוילן. דער נאָמען „טלאָמאַצקע דרײַצן‟ איז אַוועק ווײַטער פֿון פּוילן. טלאָמאַצקע דרײַצן איז געוואָרן אַן אַדרעס. פֿאַר איינער איז דאָס געווען אַן אַדרעס פֿון בענטשן, פֿאַר אַנדערע — אַן אַדרעס צו זידלען. פֿאַר אונדז, ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן, איז דאָס געווען אַ נויטווענדיקייט.

הגם פֿאַראייניקונגען פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען געווען אין אַ צאָל שטעט פֿון דער וועלט, ניו־יאָרק בתוכם, איז די וואַרשעווער פֿאַראייניקונג געווען, פֿון דעסטוועגן, אַן אוניקאַלע אינסטיטוציע אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון ייִדישער קולטור. אַ סימן האָט איר: וועגן דער ענלעכער ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע איז זייער ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן. די סיבה איז, אַ פּנים, אַז אין ניו־יאָרק איז עס געווען, דער עיקר, אַ יוניאָן (כאָטש קיין ריכטיקער יוניאָן איז עס אויך ניט געווען), און זײַן סאָציאַלע ראָלע איז געווען אַ שוואַכע. די ניו־יאָרקער ייִדישער שרײַבער פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן אין קאַפֿעען, ניט אין דעם פֿאַראיין.

לויטן מאָדעל פֿון טלאָמאַצקע איז אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן דאָס „לייוויק־הויז‟, וואָס איז, גאָט צו דאַנקען, נאָך פֿאַראַן, כאָטש הײַנט איז עס שוין, פֿאַרשטייט זיך, אַ שאָטן פֿון דעם אַמאָליקן „לייוויק־הויז‟; אָבער קיין אַנדערע אינסטיטוציעס פֿון אַזאַ מין זײַנען ניט פֿאַרבליבן.