ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published March 21, 2016, issue of April 15, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אױסטראַליש־ייִדישער זשורנאַליסט באַפֿרײַט פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט אין מאַלאַזיע

צװײ אױסטראַלישע זשורנאַליסטן, אײנער פֿון זײ — אַ ייִד, און דער צװײטער פֿון גריכישן אָפּשטאַם, זײַנען אַרעסטירט געװאָרן אין מאַלאַזיע נאָך דעם װי זײ האָבן געפֿרעגט דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון לאַנד אַ פֿראַגע װעגן קאָרופּציע פֿאַר אַן אױסטראַלישן טעלעװיזיע־דאָקומענטאַר, װאָס זײ האָבן פֿילמירט אין דער מאַלאַזישער שטאָט סאַראַװאַק. די פּאָליצײ האָט דאַן צוגענומען זײערע פּעסער און דערנאָך האָט מען די צװײ זשורנאַליסטן פֿאַרשפּאַרט אין זײער האָטעל־צימער. די אױסטראַלישע רעגירונג האָט אינטערװענירט און בײדע זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן נאָך 48 שעה געפֿאַנגענשאַפֿט.

די ערשטע מהר״תּ אין אױסטראַליע

ראַבײַ לײַלאַ קאַגעדאַן
ראַבײַ לײַלאַ קאַגעדאַן

די מעלבורנער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל „שירה חדשה“ האָט געמאָלדן, אַז זי האָט אָנגעשטעלט דעם ערשטן רבֿ פֿון װײַבערישן מין, אָדער מהר״תּ, אין אױסטראַליע, ראַבײַ לײַלאַ קאַגעדאַן. מהר״תּ קאַגעדאַן װעט אַרבעטן אין מעלבורן פֿינף װאָכן, אָנהײבנדיק אין חודש מײַ ה״י. זי װעט אָנטײלנעמען אינעם מעלבורנער „לימוד־אָז‟ סוף יוני, און װעט אָנפֿירן מיט שיעורים, דערציִערישע אונטערנעמונגען און אױך אַנדערע אונטערנעמונגען בײַ „שירה חדשה“ בעת איר בײַזײַן.

כּבֿוד פֿאַר יונגע ייִדן

פֿיר יונגע מעלבורנער ייִדן זײַנען נאָמינירט געװאָרן פֿאַר שטאַטישער אָנערקענונג אין פֿיר קאַטעגאָריעס פֿאַר זײערע אױפֿטוען אין דער שטאַט װיקטאָריע. יעדע קאַטעגאָריע װעט האָבן אײן געװינער, און אײנער פֿון די געװינערס װעט האָבן דעם כּבֿוד אַנערקענט צו װערן ווי דער ייִנגסטער װיקטאָרישער בירגער פֿונעם יאָר 2015—2106.