הזכּרה פֿאַר אָנגעזעענער מעקסיקאַנער ייִדישיסטקע

Venerated Mexican Yiddishist, Commemorated

פֿון טאַמאַרע גליסאָן־פֿרײדבערג

Published April 20, 2016, issue of May 13, 2016.

וועלע זאַבלודאָווסקיס פּלימעניק, וויקטאָר צפֿת, דערציילט וועגן איר לעבן בעת דער הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג
וועלע זאַבלודאָווסקיס פּלימעניק, וויקטאָר צפֿת, דערציילט וועגן איר לעבן בעת דער הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג

דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק, דעם 12טן אַפּריל, האָבן אַן ערך 250 מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער סינאַגאָגע „רמת שלום‟ (אין דער שטאָט מעקסיקע) מיט טרערן אין די אױגן. דאָס זײַנען געװען די געװעזענע תּלמידים, פֿרײַנד און משפּחה פֿון װעלע זאַבלודאָװסקי — אַ באַליבטע לערערקע און אַ כּלל־טוערין פֿון אונדזער מעקסיקאַנער קהילה. מיט איר טױט, דעם 25טן פֿעברואַר, האָט אונדזער ייִשובֿ פֿאַרלױרן אַ טײַערע ייִדישיסטקע.

אין אָנהײב פֿון דער צערעמאָניע האָט לעאָן װײַסער, דער ראָש פֿון דער אַשכּנזישער קהילה, דערציילט וועגן װעלעס טעטיקייטן אין דער קהילה, װוּ זי האָט געאַרבעט אין פֿאַרשידענע קאָמיטעטן. װעלעס פּלימעניק, װיקטאָר צפֿת, האָט איבערגעגעבן די וויכטיקע פּרטים פֿון איר לעבן און געלײענט אױף ייִדיש און שפּאַניש חיים־נחמן ביאַליקס ליד, „נאָכן טויט‟, וואָס װיקטאָרס פֿרױ האָט געפֿונען אָנגעשריבן מיט דער האַנט אין וועלעס דירה:

נאָך מײַן טױט באַװײנט מיך אָט אַזױ:
ס׳איז געװען אַ מענטש און ניטאָ אים מער,
פֿאַר דער צײַט איז ער, דער מענטש, געשטאָרבן,
און זײַן לעבנסליד אָפּגעהאַקט אין מיטן,
און װײ, ער האָט דאָך נאָך אַ ליד געהאַט,
און פֿאַרלױרן איז דאָס ליד אױף אײביק
פֿאַרלוירן אויף אייביק.

אויף אַ שעפֿערישן אופֿן האָט דער עולם געהאַט די געלעגנהײט צו הערן װעלעס מײנונגען װעגן פּעדאַגאָגישע און ייִדישע שפּראַך־ענינים דורך אַן אױסגעטראַכטן שמועס צװישן איר און דעם אַקטיאָר מאַנועל בלעכערמאַן, װעלעס אַ געװעזענער תּלמיד. מאַנועל האָט גערעדט צום עקראַן, װאָס האָט טראַנסמיטירט אַ טייל פֿון װעלעס אינטערװיוען.

פֿיר פֿון וועלעס געוועזענע סטודענטקעס
פֿיר פֿון וועלעס געוועזענע סטודענטקעס